הרב שמעיה גרינבוים איז גיווען פון די באוואוסטע פרומע גרויסע מחברים פון ספרים אין דער היינטיגער תקופה, זיינע ספרים "סייעתא דשמיא" אויף משניות, מסכתות הש"ס, חומש רש"י, זענען באוואוסט מיט זייער קלארקייט און פשטות, זענען שטארק צוכאפט אין אלע סארט שיכטען פון אידנטום, ער איז א תלמיד פון סאטמארער רבי זצ"ל, זיינע יונגע קינדישע יארן איז ער אויפגעהאדוועט געווארן אין דער ליובאוויטשער ישיבה אין פאריז ביי די גרויסע "עובדים". נפטר ש"ק ר"ח תמוז, ל' סיון תשפ"ד.