הרב שמואל ראזנבערג (ה'תר"ב - י"א סיון ה'תרע"ט) איז געווען דער רב פון דער יידישער קהילה אין אונסדארף.

שמואל ראזנבערג
קיין פריי בילד
געבורט 23 אויגוסט 1842
אונגארן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 6 יוני 1919 (אלט 76)
סלאוואקיי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער


שמואל ראזנבערג איז געבוירן אין תר"ב צו זיין פאטער הרב ישראל יונה צבי ראזנבערג אב"ד טיסא-פירעד.‏[1]

ער האט געלערנט ביי רבי אפרים טשאבא און דעם כתב סופר.

אין תרכ"ט האט מען אים דערוויילט אב"ד פון טשאבא, און אין תרמ"ד איז ער געווארן אב"ד פון אונסדארף, וואו ער איז געבליבן 35 יאר ביזן סוף פון זיינע טעג. ער האט געהאט הונדערטער תלמידים.

ער האט געהאט א זון רבי אפרים יהודא וואס איז נפטר געווארן ביי זיין לעבן; רבי אפרים יהודא איז געווען אן איידעם ביי ר' הלל קאלאמאייער. זיין טאכטער איז געווען די ווייב פון רבי יהודא הלוי הורוויץ.

נאך זיין פטירה האט מען באשטימט זיין אייניקל רבי יוסף צבי יונה הורוויץ, אן איידעם ביי ר' ישעיה זילבערשטיין פון ווייצן, צו ווערן אונסדארפער רב.

זיינע ספרים

רעדאַקטירן
  • באר שמואל

זיינע תלמידים

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. שבת בשבתו, נומער 857, ח' סיון תשע"א