שמואל איבן תיבון
שמואל בן יהודה איבן תיבון (1150 - 1230) איז געווען א יידישער פילאסאף און דאקטער. ער איז מערסט באוואוסט פאר זיינע איבערזעצונג פון אראביש אויף לשון קודש פון די ספרים פונעם רמב״ם.
געבורט |
1150 פראנקרייך |
---|---|
טויט |
1230 (אלט 80 בערך) מארסיי, פראנקרייך |
מדינה | פראנקרייך |
קבורה ארט | טבריה |
וואוינארט | מארסיי |
פאך | רב, איבערזעצער, דאקטער, שרייבער, פילאסאף |
שמואל איבן תיבן איז געווען דער זון פון דעם בארימטן איבערזעצער יהודה בן שאול אבן תיבון.
ער איז געבוירן געווארן אין פראוואנס, דרום פראנקרייך. ער האט פארטייטשט דעם רמב״ם׳ס מורה נבוכים אויף לשון קודש ווען דער רמב״ם האט נאך געלעבט.
ער איז נפטר געווארן אין מארסיי ביי דער עלטער פון 80 יאר, און מען האט געפירט זיין גוף קיין ארץ ישראל צו קבורה אין טבריה.