שלמה הדרשן
שלמה הדרשן איז די בינע נאמען פון 'שלמה דזשורועל', א היימישער ליטווישער קאמיקער, וואס שטעלט זיך אויף ביי שמחות, משמח זיין, און נאך ענליכעס.
ער איז אויסגעצייכענט מיטן נאכמאכן באקאנטע פיגורן אויף א גאר ענליכן שטייגער, און ווערט פאר'רעכענט אלס איינע פון די היינטיגע קאמיקער אין דער היימישער געמיינדע.
ביים עורה גאלד ראש, האט ער אויסגעהויבן מיטן נאכמאכען צענדליגע פיגורן פון אלע סארטן, און האט ארויפגעברענגט א שמייכל ביי אומצאליגע צושויער.
ער האט געוואוינט אין לייקוואוד, און וואוינט היינט אין מאנסי, נאנט צו זיינע פארעלטערטע עלטערן.
זיין שטענדיגע טראגע אלץ בדחן, איז א ראש הקהל'ישן הוט, און א גאלדענע בעקיטשע.