שלום מאיר יונגערמאן
רב און ראש ישיבה
הרב אלכסנדר שלום מאיר יונגערמאן (ח' אדר ה'ת"ש, 1940 קלויזנבורג – כ"א טבת תשע"ג, 3טן יאנואר 2013 בני ברק) האט געפירט די חרדישע קהילה אין זכרון יעקב און איז געווען דער ראש ישיבה פון דער זכרון מיכאל ישיבה ונוח מוסדות תורה וחסד מיט לב טוב מידות טובות ואצילות, דער פירער פון אן אַנשטאַלט פאר ארויסגעבן די ספרים פון ראשונים, און האט געפירט א נעצווערק פון יח״ד מוסדות אין תל אביב.
געבורט |
1940 ח' אדר ה'ת"ש קלויזנבורג, קעניגרייך פון רומעניע |
---|---|
טויט |
3 יאנואר 2013 (אלט 73 בערך) כ"א טבת תשע"ג |
מדינה | ישראל |
ביאגרפיע
רעדאַקטירןגעבוירן אין קלויזנבורג, טראַנסילוואַניע, צו פאטער הרב יחיאל מיכאל יונגערמאן און מוטער שושנה ראַצאַ.
משפחה
רעדאַקטירןזיין ווייב מרת צפורה איז געווען א לערערין אין דעם בית יעקב סעמינאר אין תל אביב. זיין שוואגער (זיין שוועסטער חנה׳ס מאן), הרב יהודה פאכטהאלט, איז דער מנהל פונעם סעמינאר אין זכרון יעקב.
זיינע קינדער:
- הרב דוד ידידיה - ראש כולל אין רמת אביב
- הרב אברהם ישעיהו - מנהל פון כוללים
- הרב שלמה זלמן - ראש כולל אין זכרון יעקב,
- הרב אהרן מנחם - ראש כולל אין זכרון יעקב
- הרב מרדכי - מנהל פון תלמוד תורה "זכרון גבריאל".
- ווייב פון הרב שמואל האניגסבערג - מחבר ספרי "ביאורי סוגיות" און ר"מ אין סלאבאדקע
- ווייב פון הרב יהושע מנחם זאלאזניק - ראש כולל נטעי מיכאל
- ווייב פון הרב נתנאל גראס - ר"מ אין ישיבת תפארת יעקב.