שאנק
א שאנק (אדער א שאפע אדער אן אלמער) איז אזא קאסטן פון האלץ, א שטיק מעבל, אמאל שטייט ער אליין, אמאל ווערט ער אריינגעבויט אין א וואנט. מען נוצט א שאנק איינצושפייכלערן פארשידענע זאכן, למשל עסן, קליידער, געשיר, ספרים אדער ביכער.
געוויינטלעך האט א שאנק א טיר (אדער עטליכע טיר), אפשר מיט א שלאס. ס'קען אויך האבן שיפלאדן.
ווען איינער האט א סאך ספרים קען ער האלטן זיי אין א ספרים-שאנק. קליידער האלט מען אין א קליידערשאנק.
גראמאטיק
רעדאַקטירן- דער שאנק (מ"צ שענק)
- די שאפע (מ"צ שאפעס)
- דער אלמער (מ"צ אלמערס)