שאול אלטער
רבי שאול אלטער (געב' ז' תמוז תשי"ז), גערער ראש ישיבה, איז א מנהיג פאר א קבוצה פון גערער חסידים, און דער געוועזענער ראש ישיבה פון שפת אמת, די הויפט ישיבה פון גער, אין ירושלים.
געבורט |
6 יולי 1957 (אלט 67) ז' תמוז תשי"ז ירושלים |
---|---|
מדינה | ישראל |
באלאנג | גער |
פאטער | פינחס מנחם אלטער |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןרבי שאול איז געבוירן געווארן אין ירושלים אין תשי"ז צו זיין פאטער רבי פינחס מנחם אלטער (דעמאלסט ראש ישיבה פון שפת אמת, און שפעטער גערער רבי) און צו זיין מוטער צפורה, אן אייניקל פון רבי משה בצלאל אלטער און דעם וויערשאווער רב.
ער האט געהייראט מרת נעמי, א טאכטער פון ר' חיים דוב רובינשטיין. ער האט צוויי זין און צוויי טעכטער.
אין תשנ"ג האט מען אים באשטימט ראש ישיבה פון שפת אמת. אין תשע"ו האט זיך די ישיבה פארמאכט.
קהילת פני מנחם
רעדאַקטירןשמחת תורה תש"פ האט רבי שאול אפגעטיילט פון גער און געפירט אן אייגענעם מנין פאר די תפילות און די הקפות. אין גער האט מען אויסגערופן אז ווער עס באטייליגט אין די תפילות דארטן זאל אפילו נישט קלערן צו האלטן זיינע קינדער אין די מוסדות פון גער.
מיט דער צייט, נאכדעם וואס מען האט ארויסגעווארפן פילע פון זיינע חסידים פון גערער מוסדות און שטיבלעך, צוליב וואס זיי זענען געקומען מיטהאלטן זיינע תפילות און טישן, האט ער עמטליך געגרינדעט אן אייגענע קהילה, אפגעטיילט פון גור, אונטער דעם נאמען קהילת פני מנחם (אנדערע רופן דאס מיט דעם צונאמען גור תורה). ער האט געעפנט אין ירושלים אן אייגענע שול, כולל און מוסדות.
מוסדות
רעדאַקטירןאין דעם רוממה געגנט אין ירושלים שטייט די ישיבה גדולה אונטער דער פירערשאפט פון הרב מענדל שאפראן; א ישיבה קטנה אונטער דער פירערשאפט פון זיין ברודער רבי דניאל חיים אלטער, און א חדר, וואס געפינט זיך אין דעם מקור ברוך געגנט.
אין אמעריקע דערווייל זענען ביידע אפטיילונגען פון דער חסידות אינאיינעם אין רוב שטיבלעך. דער חדר איז אפגעטיילט, און די חסידים פונעם ראש ישיבה פירן היינט די תלמוד תורה "יגדיל תורה" אין ניו יארק.
ספרים
רעדאַקטירן- עברא דדשא (דרשות)[1]
- לצדדין קתני
וויעבלינקען
רעדאַקטירן- בילדער גאלעריע פון א שבת אין בארא פארק
- זיינע שיעורים אויף תורה עניטיים
- א באריכט איבער דער שול וואס ער גייט בויען
- נטע סלע, חסיד, גור לך, ביי ynet, 20סטן פעברואר 2007 (אויף העברעיש)