רעפובליק פון טעקסעס
די רעפובליק פון טעקסעס איז געווען א לאנד אין צפון אמעריקע, צווישן די פאראייניגטע שטאטן אין מעקסיקא, אין די יארן פון 1836 ביז 1845.
די רעפובליק איז אויפגעשטעלט געווארן נאך דער טעקסעסער רעוואלוציע ווען דאס לאנד האט זיך אפגעריסן פון מעקסיקא. די רעפובליק האט כולל געווען דעם שטח פון דעם היינטיגן שטאַט פון טעקסעס און טיילן פון ניו מעקסיקא, אקלעהאמע, קענזעס, קאלאראדא און ווייאמינג.
היסטאריע
רעדאַקטירןאיידער דער אויסברוך פון דער מעקסיקאנער אומאפהענגיקייט מלחמה אין 1810, איז טעקסעט געווען א טייל פון נייער שפאניע.
נאכדעם וואס די פאראייניגטע שטאטן האט געקויפט לואיזיענע פון פראנקרייך, האבן אמעריקאנער קאלאניסטן אנגעהויבן צו וואנדערן קיין מערב אריין אין מעקסיקא.
אין 1835 האט טעקסעס אויסגערופן זיין אומאפהענגיקייט פון מעקסיקא, און געווארן געזעצלעך אום 2טן מערץ 1836.
הויפטשטאט
רעדאַקטירןווען טעקסעס איז געווארן זעלבשטענדיק האט עס געדארפט אויסקלויבן א הויפטשטאט. אין 1836 האבן פינף שטעט געדינט אלס הויפטשטאט.
אין 1837 האט דער פרעזידענט סאם יוסטאן באשלאסן אז דער מצב קען נישט אנגיין אזוי, און מען האט פעסטגעשטעלט אז די הויפטשטאט וועט זיין יוסטאן. טראץ דעם, אין 1839 האט מען ענדלעך געטוישט די הויפטשטאט צו אסטין. אסטין איז געבליבן די הויפטשטאט פון דער רעפובליק, און איז היינט די הויפטשטא פון דעם שטאט פון טעקסעס.
פאליטיק
רעדאַקטירןדי רעפובליק איז אנערקענט געווארן דורך די פאראייניקטע שטאטן, פראנקרייך, בריטאניע און האלאנד.
פרעזידענטן פון דער רעפובליק
רעדאַקטירן- 1836 : דויד בערנעט
- 1836 - 1838 : סאם יוסטאן
- 1838 - 1841 : מיראבוי ב. לאמאר
- 1841 - 1844 : סאם יוסטאן
- 1844 - 1845 : אנסאן דזשאנס