עפענען הויפטמעניו
א רויטער רעטעך

רעטעך (Raphanus) איז אַ מין גרינס פֿון דער משפּחה פֿונעם קרױט, די צלם-בלומיקע (Brassicaceae). בײַם רעטעך עסט מען די פֿאַרדיקטע װאָרצל װאָס מע רופֿט אױך ריב. רעטעך איז זײער רײַך מיט װיטאַמין C און אַנדערע מינעראַלען. רעטעך קען אױסקוקן רױט אָדער װײַס.

היסטאריערעדאַקטירן

דער רעטעך האט מען שוין קולטיווירט אין העלעניסטע און רוימישע צייטן. מען טרעפט דעם רעטעך, ווי אויך די נאענט פלאנצן זענעפט און ברוקווע, איבער מערב אזיע און אייראפע.