רעדן:שלום בערגער
שלום בערגער פרעגט אין זיין בלאג: http://tinyurl.com/dq99q
"קען איך עפּעס פֿרעגן וועגן אײַער איבערמאַכן ייִדיש־וויקיפּעדיע אין אײַער געשטאַלט? וואָלט איר אַ מאָל געקענט אַרײַנקוקן אין אַ בוך (אָדער אַ ספֿר) איידער איר זײַט מחבר די אַרטיקלען? ווען ס´איז אַן אייגענער בלאָג ס´איז איין זאַך, נאָר דער נאָמען „וויקיפּעידע“ האָט עפּעס אַ שם פֿאַר – כ´וואָלט ניט געזאָגט „פֿאַרלאָזלעכקייט“, נאָר לפּחות אינפֿאָרמאַטיווקייט".
גענומען פון זיין בלאג:
יענקל האָט געזאָגט:
שלום אייך ר' שלום, איך געליינט אייערע טענות קעגן וויקיפעדיע, אז די שרייבער קוקען נישט אריין אין קיין ספר בעפאר זיי שרייבן. וויל איך אייך פרעגן אויף א דוגמא וואס איר האט געטראפן דארטן א טעות, און מיר וועלן דאס פארעכטן,
עס איז נישט שיין און מענטשליך סתם צו קריטיקירן יענעם ווען איר פילט אייך נישט די מינדעסטע אנשטרענגונג נישט נאר צו פארעכטן דארטן נאר אויך נישט אנווייזן ווי מ'איז באגאנגען א טעות. און נאכמער וויאזוי ווייסט איר אז דער שרייבער האט נישט אריינגעקוקט אין קיין ספר? און נאכדעם דארפט איר פארשטיין אז איר האט א יסודות'דיגער טעות אין וויקיפעדיע, אנדערשט ווי אן אנציקלעפעדיע וואס ס'קאסט געלט און מ'צאלט פאר שרייבער צו שרייבן דארטן איז וויקיפעדעיע א פרייער אפענער אינפארמאציע אויסטויש, אויב עס זעהט אייך אויס עפעס נישט ריכטיק, איז דאס אין אייערע הענט צו פארעכטן.
אין אנדערע ווערטער מיר קוקט אויס אז איר האט סתם געשאסן קריטיק אין די וועלט אריין, צו זיך שפירן הויך און געלערנט ווען איר האט ניטאמאל אונטרגעשטיצט אייערע קריטיק אויף די מינדעסטע באזיס.
דאס איז נישט קריטיק דאס גארביטש. 3:16 PM כריין האָט געזאָגט:
ר' שלון אז טאמער עס געפעלט אייך נישט דעם וויקפידיע קריטיקריט דאס נישט קומט אריין און פארעכט דאס.
אויב וועט איר סתם קריטיקירן וועט קיינער נישט גארנישט שרייבן.
און מיר וועלן בלייבן נאר מיט אייער בלאג.
צעווארפן איז גרינג, בויען איז שווער. - און ווארפן שטיינער איז די גרינגסטע א שאד איר האט אויסגעוועלט צו ווארפן שטיינער אנשטאט בויען. 3:33 PM Zackary Sholem Berger האָט געזאָגט:
איבערגעלייענט וואָס כ´האָב אָנגעשריבן און ס´איז צו היציק. זײַט מיר מוחל. כ´האָב ניט געוואָלט זאָגן אַז אַלע אַרטיקלען אויף ייִדיש־וויקיפּעדיע זײַנען ניט אויף אַ ניוואָ, ווײַל (דעם אמת זאָגנדיק) האָב איך ניט איבערגעלייענט אַלע ייִ"וו־אַרטיקלען.
און געוויינטלעך בין איך ניט אַ ייִד וואָס וויל זיך צעקריגן מיט יענעם. כ´בין אַ מזג־טובֿ. מסתּמא זײַנען די ייִ"וו־שרײַבערס קליגער, פֿרימער, און איידעלער ווי איך. נאָר שרײַבן – שרײַבן איז אַנדערש. אַז מע שרײַבט פֿאַרן ציבור, און דערצו נאָך אַז מע שרײַבט פֿאַקט־פּראָזע (עיון), ניט בעלעטריסטיק (דערציילונגען, פּאָעזיע, אָדער להבֿדיל דבֿרי תּורה, וואָס קומען נאָך סוביעקטיווע תּנאָים) האָט מען אַן אַחריות צו שרײַבן אויף אַ פֿאָרזיכטיקן אופֿן.
איך דערמאָן זיך איצט אין לפּחות דרײַ אַרטיקלן וואָס בעסער וואָלט געווען ווען מע שרײַבט זיי ניט אָן לכתּחילה. דאָס אַרטיקל וועגן „ייִדישקייט“ הייבט זיך אָן „ייִדישקייט איז אַ רעליגיע“. דאָס איז ניט ריכטיק! אַפֿילו מ´איז חרדיש איז דאָס ניט אמת. ייִדישקייט איז אַ געמיש, אַ צימעס, אַ הייליקער טשאָלנט, אַ פּאַזל פֿאַר סאָציאָלאָגן, אָבער ניט בלויז און פּשוט אַ „רעליגיע“.
ווײַטער, אין אַרטיקל „מדינת ישׂראל“, שטייט אַז „ישׂראל איז אין פֿולקאָמען קעגנזאַץ צו דער אידישער רעליגיע [כּך!]“. איך קען ניט זאָגן אַז ישׂראל איז אָן חיסרונות, נאָר אַזאַ באַצייכענונג איז – איר זאָלט מיר מוחל זײַן – אַ חוזק. ווער קען האָבן דרך־אַרץ פֿאַר דער אינפֿאָרמאַציע אין ייִ"וו ווען מע קען אָנשרײַבן אַזאַ אַרטיקל?
דאָס זײַנען ייִדישע טעמעס. קען זײַן אַז, ווי אַ ליבעראַלער ייִד אין אַ וועלט וווּ העכער 60 (75?) פּראָצענט ייִדיש־רעדערס זײַנען חרדים, בין איך פּשוט צו לינק אָפּצושאַצן יענע איינסן. נאָר אַ מעדיצין־סטודענט בין איך אויך, און אַזאַ אַרטיקל ווי „הערץ־אינפֿאַרקט“ איז סײַ אוממעגלעך צו פֿאַרשטיין וואָס שײַך ייִדיש, סײַ מאָדנע וואָס שײַך מעדיצין.
שטעלט זיך די פֿראַגע (מיט רעכט): פֿאַר וואָס נעם איך זיך ניט צו דער אַרבעט און פֿאַרריכטן די אַרטיקלען? ווײַל כ´דאַרף טאָן אַנדערע זאַכן. כ´שאַץ אָפּ די באַמיִונגען פֿון יענע וואָס אַרבעטן יאָ איבער וויקיפּעדיע, און כ´מאַך ניט אַוועק ווי שווער ס´איז אָנצושרײַבן אַזוינע אַרטיקלען אויף ייִדיש. נאָר די טעותן וואָס כ´האָב דאָ אויבן דערמאָנט, האָבן ניט צו טאָן מיט לשון. עס שטעקט אין דער אידעאָלאָגיע גופֿא. אויב מ´איז ניט גרייט צו האָבן אַן אָנפּניותדיקע אַרטיקל וועגן, למשל, מדינת־ישׂראל, טאָר מען ניט אָנשרײַבן אַזאַ אַרטיקל.
כ´וויל קיינען ניט באַליידיקן. זײַט מיר מוחל אויב כ´האָב דאָס געטאָן. מײַן מיינונג אָבער בלײַבט דאָס זעלבע. אויף ענגליש איז דאָ אַ ווערטל: אויב מע קען ניט אויסהאַלטן די היץ, גייט אַרויס פֿון דער קיך. דאָס זעלבע איז אויך חל אויף דער אינטערנעץ. וויקיפּעדיע איז אַנדערש פֿון אַ בלאָג.
קודם כל מוז איך אייך באדאנקען אז איר האט ענדליך זיך גענומען די מוה און ארויפגעלייגט די ארטיקלן וואס איר האלט אז עס אין טעות אדער פאלטש.
לויט ווי איך זעה ליגט דאס שוין אויפן וויקיפידיע, און סוועט נישט נעמען א לאנגע צייט וואס איינער וואס האלט ווי אייך וועט פארעכטן.
אבער דא ליגט די יסוד אויך אין אייער גרונטליכער פאלטשער אפטייטש פון דעם באגריף וויקיפידיע.
נאכאמאל און צום הונדערטעסטן מאל, ניין וויקיפידיע איז נישט קיין אנציקליפידיע.
אין אן אנציקיליפידיע, זיצן זיך צאם אפאר אלטישע פראפעסערן און מען מאכט אפ וואס איז אמת און וואס נישט. און דער עולם גולם ליינער צאלן פאר דעם געלט אז מען זאל זיי פירן ביי די נאז.
וויקיפידיע, איז אויפגעשטעלט געווארן דירעקט אפצושלאגן דעם סיסטעם, אין א וויקי, קען זיך ר' שלום זאגן אז מדינת ישראל איז תורה'דיג און דער סאטמארער איז בכוח און פרייע דאס אפצושלאגן.
און דער זעלבער זאך ביי אידישקייט איר אלס ליבעראלער זעהט דערין א טשולענט פון קאלטור און סתם נאהך הונדערטע זאכן, און דער חסיד זעהט דערין נאר רעליגיע ווי ער גייט און ווי ער שטייט, ביי אים איז קאלטור אמונה, ביי אים איז טשולענט א הייליגקייט. א.א.ו..
ר' שלום נעמט אייך אריין אין קאפ אריין וויקיפידיע איז דעמאקראטיע, איינעם'ס דעה נעמט נישט קיין שום פאראויסדיגע חשיבות ווי דעם צווייטענס.
אנשטאט שטיין אין קריטיקירן דעמעקראטיע, און דורכדעם אפרעדן אנדערע פון זאגן און נעמען אנטייל דערין, וואלט איר ווען געקענט האבן א חלק אין דעם אויפבוי פון דעמעקראטיע און הלעפן פארעכטן ווי איר זעהט א פראבלעם.
איר קומט מיר פאר ווי די נארישע ליבעראלע דעמאקראטן וואס טוען נישט גארנישט אגאנצען טאג אין איראק נאר צו קריטיקירן בוש אז ער ברענגט נישט גוט די דעמעקראטיע דארטן.
אייער נאמען אין היסטאריע פון בויען ידיש און אידישקייט וועט זיך אויספארעמען לויט דעם
אָנהייבן אַ דיסקוסיע וועגן שלום בערגער
רעדן־בלעטער זענען דער ארט וואו מענטשן דיסקוטירן וויאזוי צו מאכן דעם אינהאלט אין װיקיפּעדיע דאס סאמע בעסטע וואס קען זיין. איר קענט ניצן דעם דאזיקן רעדן־בלאט כדי אנצוהייבן א שמועס מיט אנדערע וויאזוי צו פֿארבעסערן שלום בערגער.