"רעוויר" איז נישט דער טייטש פון "שפיטאל" --פוילישער 19:46, 24 פעברואר 2010 (UTC)

אדרבא פאררעכט מיר, און לאזט וויסן פארוואס די דייטשן האבן געהאט א "רעוויר" אין יעדן לאגער, וואס איז געווען דער באדייט דערפון (דער אמת גערעדט איז דאס געווען צו הרג'נען מענטשן, אבער וואס איז די אנגעבליכע סיבה) Wwii study 21:43, 24 פעברואר 2010 (UTC)
כ'בין נישט קיין גרויסער מבין אין די זאכן. אבער איך האב א ביסל געזוכט און געטראפן Revier. פון דארטן ווייזט אויס אז רעוויר איז טייטש באצירק, און מען פלעג ניצן דאס ווארט קראנקענרעוויר פאר א קליינעם שפיטאל. מסתמא שפעטער האט מען דאס ווארט פארקירצט אויף "רעוויר". --פוילישער 22:51, 24 פעברואר 2010 (UTC)
זעט אויס מען וועט דארפן ווארטן ביז איינער וואס ווייסט מער וועט זיך אנרופן Wwii study 23:55, 24 פעברואר 2010 (UTC)
רעװיר איז אַ געגנט, אַן אָפּטײל פֿון אַ פּלאַץ. בײַ די לאַגער האָט מען עס גענוצט װי אַ לאַגער־שפּיטאָל [1] ►רוני◄ 16:44, 25 פעברואר 2010 (UTC)
צוריק צו "רעוויר" בלאט.