רעדן:קא גע בע

(אַריבערגעפֿירט פון רעדן:קעי.דזשי.בי.)
תגובה אחרונה: פֿאַר 5 יאָר מאת 69.116.36.48 בנושא קא גע בע אדער קעי.דזשי.בי.?

קא גע בע אדער קעי.דזשי.בי.?

רעדאַקטירן

רוני האט באוואוגן מיטן קורץ ווארט סטעיטמענט אז זיין ווערסיע איז מער יידישלעך[1] איך בין מחולק איך האלט אז מקען נישט צווינגן דא וויאזוי צו שרייבן אז דער שרייבער מסתם א חסידישער באנוצער האט דאס געשריבן אזוי און די גוגל סוירטש ענזשין זאגט נאך אז אזוי שרייבט מען מער און קיין איין ווערסיע ווי רוני קומט נישט ארויף אויף גוגל איז דאך דאס שלא ביושר באוואוגן געווארן, איך בעט ער זאל דאס צוריקדרייען אדער זיך דורכרעדן דא פארוואס אים שמעקט דאס אזוי הלוואי זאל אויך קומן דער אנדערער ניק פוילישער און זיך אנרופן עפעס א דאנק--Chaim Shel 18:39, 7 אַפריל 2009 (UTC)

אפֿילו חרדים אין ישראל ניצן דעם װאָרט קע גע בע און קײנער װײסט ניטט װאָס איז דאָס קײ דזשי בי. ►רוני◄ 19:23, 7 אַפריל 2009 (UTC)
דערווייל איז דאס דיין ווארט קעגן מיין ווארט פארוואס ווילסטו נישט גיין און זיכן אויף גוגל צו זעהן וואס איז מער באנוצט? דו ווילסט נאר צווינגן. מען קען נישט. וויקיפעדיע איז א פרייער אפענער פראיעקט. איך זאג דיר נוץ דיין גוגל אדער אנדערע סוירטש ענזשין און זעה אז רוב שרייבן ווי די ארגינעלער נאמען און נישט ווי דו ווילסט דא צווינגן צו טוישן ביטע אנערקען אז דו ביסט א יחיד קעגן א רבים.--Chaim Shel 19:43, 7 אַפריל 2009 (UTC)
אפדעיט - איצט האט רוני צום ווייסעך וויפלטן מאל דאס נאכאמאל צוריקגעדרייט אן זיך דורכרעדן בכלל. ער מיינט אז דא קען ער טאן וואס ער וויל. נאכאמאל קוק אריין אין גוגל רוב שרייבן דאס קעי.זשי.בי. און נישט קא גע בע ביטע אויפהערן זיך פירן ווי א וואנדאל. ר' רוני די וויקיפעדיע הויפט גרונדשטיין פאליסי איז אז מע'מוז זיך דורכרעדן איידער מע'שלאגט זיך א דאנק.--Chaim Shel 16:08, 20 מײַ 2009 (UTC)ענטפֿער
נו, װאָס זאָל איך טאָן אַז רובֿ שרײַבן ענגליש? דאָ איז ניט די ענגלישע װיקיפּעדיע, דאָרטן שרײַבט מען ענגליש און דאָ שרײַבט מען ייִדיש. ►רוני◄ 04:55, 21 מײַ 2009 (UTC)ענטפֿער
WOW ענדליך האסטו שוין די חוצפה צו זאגן אז רוב אידיש שרייבער [נישט בלויז ווי ביז היינט אז די רעדער] קענען נישט אזוי גוט אידיש ווי דו!!! פארפאלן דו וועסט דיך מוזן גיין זוכן אן אנדער אידישיסטישער שפראך וויקי אוואו דו קענסט צווינגן די רוב באניצער פונעם שפראך אז זיי רעדן נישט די שפראך וואס זיי זאגן זיי רעדן. דא איז דער אידישער וויקיפעדיע נישט דער אידישיסטישער מע'דארף טאן וואס רוב אידיש שרייבער ווילן איז אלזא דארף דער בלאט צוריקגיין צום ארגינעלן קעפל סיי ווייל רוב אידיש שרייבער שרייבן אזוי און סיי ווייל רוב פון די וויקיפעדיע באניצער שרייבן אזוי. איך ווארט אויף פוילישער זאל זיך אפרופן א דאנק--Chaim Shel 17:40, 25 מײַ 2009 (UTC)ענטפֿער
פון "יידיש וועלט" ברענגסטו א ראיה? אדרבא, לערן זיי אויס כאטש ווי מ'זאגט די בוכשטאבן פונעם אלפאבעט אויף יידיש: אַ בע צע אא"וו. --פוילישער 22:17, 25 מײַ 2009 (UTC)ענטפֿער
ענדליך פוילישער האט זיך אויפגעוועקט כאטשיג דער פארווערטס און דער אלגעמיינער נוצן אויך נישט קא.דזשע.בע. נאר ען.קווא.דע. וועט ער דאך זאגן אז זיי קענען נישט קיין אידיש נאר ער אזוי האלטן מיר דא דערווייל איז דאס 2 קעגן 2 באנוצער מוז איך דאס לאזן.--71.247.120.157 22:34, 25 מײַ 2009 (UTC)ענטפֿער
איך זעה אז נאך ניקס שרייבן דא פי.על.או. און נישט ווי פוילישער וויל אז מע'זאל שרייבן פע לא א איז דאס צוריק א רוב וואס זאגן קעי.דזשי.בי. און נשיט קא דזשע בא. ממילא דארף דאס קודם צוריקגיין צום ארגינעלן קעפל ביז מע'שליכט טאקע זיך אויס צו טוישן ווי דער ניק פוילישער וויל--Chaim Shel 22:15, 4 יוני 2009 (UTC)ענטפֿער

חיים של האט מיך געבעטן צו זאגן מיין מיינונג, מיין ענטפער איז ווי עס שטייט אין גמרא, הא לן והא להיא, וואס מיינט אז אין יינגליש, איז דאס יידיש. אבער דא אין ישראל אז איינער זאגט קעי דזשי בי, וועט מען אים ענפערן ען או פי, איך האב געהערט דזשיגאן, און ער זאגט קא גע בע, איך האלט אז עס איז נישט קיין אונטערשידט ווי אזוי מען שרייבט, מען קען מאכן אז ביידע נעמען זאלן פירן צו איין פלאץ, --צבי 15:35, 6 אויגוסט 2009 (UTC)ענטפֿער

איצטער ווייסעך שוין פון ווי דו נעמסט דאס ווארט קאגעבע פון זשיגאן... לענין דיין אימעיל איז זיך סותר מיט דעם סטעיטמענט איבער ארץ ישראל ווייל דו שרייבסט דא אין דיין באנוצער בלאט אז דו וואונסט אין ארץ ישראל, און דו שרייבסט מיר קלאר אין אימעיל אז באנוצט דיך בפירוש יא מיטן נאמען קעי.זשי.בי.--Chaim Shel 15:50, 7 אויגוסט 2009 (UTC)ענטפֿער

די גאנצע מחלוקת איז גאנץ לעכערליך, ווען די ארגעניזאציע זאל הייסן KGB, וואלט "קיי דזשי בי" זיין בילכער. די צרה איז נאר אז זי האט געהייסן КГБ. איך האב נאך ניט געהערט פון איינעם וואס האט טאקע געליטן אונטער זייערע הענט אז ער זאל די ארגעניזאציע אנרופן "קיי דזשי בי", בשעת אז קע גע בע האב איך געהערט טויזנטע מאל.

אגב, איז ענקאוועדע גאר אן אנדער ארגעניזאציע פון אנאנדער תקופה. 69.116.36.48 00:46, 12 מערץ 2019 (UTC)ענטפֿער

צוריק צו "קא גע בע" בלאט.