וויקיפעדיע איז נישט קיין איבערטייטש פראיעקט

רעדאַקטירן

דא האבן אנדערע באנוצער געשריבן א קעפל, מיר האבן א פאליסי אז מען טאר נישט באוועגן קיין קעפלעך וואס אנדערע שרייבן נאר נאך אן אפשטימונג אדער לכל הפחות א שמועס וועגן דעם. אחוץ אויב איר האלט אז אייער קעפל איז דער אידישער נאמען דערפאר. דא האט דער רוני באוועגנט דעם ארטיקל צו א נייעם קעפל און מודה געווען אז ער טוט דאס נישט צוליב דעם ווייל עס איז מער אידיש זיין קעפל, נאר פשוט ער טיישט איבער. זעה די קורץ ווארט.[1]. דאס מוז פאראכטן ווערן ווייל וויקיפעדיע איז נישט קיין ווערטערבוך אדער טראנסלאציע פראיעקט מיר זענען א אפענער אנציקלאפעדיע וואס די שרייבער שרייבן זייער שפראך. פאר רוני דא צו צווינגן זיין איבערטייטש אויף די אידישער שפראך איז אומדערהערט. איך האף אז פוילשער ווען ער קומט צוריק דא די אנדערע וואך וועט קענען שרייבן זיין מיינונג און דאס שליכטן דעם פראבלעם. א דאנק.--יודל 22:09, 8 נאוועמבער 2007 (UTC)

איך וויל אנגעבן מיין מיינונג. אויב איז דאס קעפל פונעם ארטיקל א ניי ווארט וואס האט ניט קיין יידישע היסטאריע, זאל מען איבערזעצן דאס קעפל פון די אנדערע שפראכן אויף יידיש אזוי ווי אלע שפראכן זעצן איבער די סארט ווערטער. למשל אויף העברעיש רופט מען דעם סארט בענקל "כיסא בטיחותי לילדים" און נישט "סיטבל". דא איז נישט קיין ענגלישע וויקיפעדיע. טאקע איז דא קעפלאך וואס ס'שייך זיי איבערזעצן אויף פארשיידענע אופנים, דערפאר זיינען מיר דא אן אפענע געמיינדע צו דיסקוסירן איבער דעם. אבער סתם שרייבן דעם קעפל אויף ענגליש, איז נישט קיין לייזונג. ►רוני◄ 22:20, 8 נאוועמבער 2007 (UTC)
מיר קענען איינגיין אויף דעם גאנץ א גוטער פשרה. א דאנק. אבער דער ארטיקל האט גראדע יא א אידישער נאמען, און מען רופט איר סיט-בעלט, גוגל [2] זאגט אונז אז אין אידיש הייסט דאס קאר סיט, און רוב באנוצער ווילן דאס. ממילא איז דאס געווען אן עוולה צו באוועגן קעגן פאליסי אז מען טוישט נישט אנדערע קעפעלעך, האסט א פשרה קענען מיר רעדן. און עס איז גאנץ גוט. אבער לענינינו דארף דאס קודם ווערן צוריק געשטעלט צו איר ריכטיגער נאמען--יודל 22:26, 8 נאוועמבער 2007 (UTC)
דער נאמען ״קאר סיט״ איז טאקע גאר א שוואכער נאמען (יעדע זיץ אין אן אויטא איז א ״קאר סיט״, לאוו דווקא פאר קינדער) אבער מענטשן ניצן דאס ווארט. ס׳איז כדאי צו האלטן א שמועס דא מברר צו זיין דעם בעסטן נאמען פאר דעם ארטיקל. --פוילישער 14:01, 16 אָקטאָבער 2018 (UTC)ענטפֿער
דערווייל איז "קאר סיט" דאס בעסטע, עכ"פ בעסער פון "קינדער זיכערהייט אויטוי זיץ בענקל"... --גלייכער (רעדן) 18:20, 16 אָקטאָבער 2018 (UTC)ענטפֿער
צוריק צו "קאר סיט" בלאט.