רעדן:פלירטינג

תגובה אחרונה: פֿאַר 17 יאָר מאת יודל בנושא יידישקייט

מן התורה איז דא א חיוב אנדערשט ווי ביי היינטיגע חרדים אז דער בחור זאל אליין ארויסגיין זוכן און נאכלויפן א מיידל פאר א ווייב.

איך פארשטיי נישט וואס דא שטייט אפשר קען מען עס בעסער אויפקלערן יודישער שרייבער 20:52, 10 מיי 2007 (UTC)

מיר האבן ביידע געפרעגט צוזאמען די זעלבע שאלה. איך האף אז ער וועט בריינגען א מקור דערצו. ►רוני◄ 20:54, 10 מיי 2007 (UTC)


עס נישט ריכטיג וואס ער שרייבט , זעה מסכת קידושין פ"ב האיש מקדש בו ובשלוחו, די היינטיגע חרדים זענען אויך מקיים די גמרא אסור לאדם לקדש אשה עד שיראנה.

ביי יצחק און רבקה איז געווען א פארמיטלעך אלעיזר, די גמרא זאגט רב מנגד על דמקדש בלא שידוכי (קידושין יב) יודישער שרייבער

יידישקייט

רעדאַקטירן

וואס האט די פאראגראף יידישקייט א שייכות צום ארטיקל? ►רוני◄ 14:52, 29 אָקטאָבער 2007 (UTC)ענטפֿער

די פאראגראף אידישקייט האב איך געשריבן, דאס האב איך געשריבן ווייל אינעם ארטיקל איז געשטאנען די שורה וואס עס שטייט דא מן התורה איז דא א חיוב אנדערשט ווי ביי היינטיגע חרדים אז דער בחור זאל אליין ארויסגיין זוכן און נאכלויפן א מיידל פאר א ווייב, דער שרייבער האט נישט געשריבן אביעקטיוו, ער האט דאס געשריבן בלויז צוליב זיין פערזענליכע שנאה צו די חרדים, ער שרייבט אז מן התורה איז דא א חיוב צו פלירטינג, אנדערש ווי ביי היינטיגע חרדים, דאס איז נישט ריכטיג, און דערויף האב איך געברענגט פון ספרים וואס שרייבן אז לויט די געזעצן פון די תורה זענען די חרדים גערעכנט. --יודישער שרייבער 15:58, 29 אָקטאָבער 2007 (UTC)ענטפֿער

זייער גוט האסטו געטאן זיי נישט געזארגט קענסט שרייבן אין יעדע ארטיקל איבער אידישקייט דאס איז א אידישער וויקיפעדיע, נישט נאר פאר דעם שרייבער וואס שפילט אידישיסט נאר פאר די צענדליגע טויזענטע חרדים אויכט.--יודל 16:11, 29 אָקטאָבער 2007 (UTC)ענטפֿער
צוריק צו "פלירטינג" בלאט.