אוועקגעבנדיג פון מיין טייערע צייט צו אויספארשן און נאכגיין די אלע אינפארמאציע פון דעם ארטיקל, וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן אויב עס איז גוט באשריבן, און אויב עס איז ווערד אהערצוברענגען נאך אזאלכע סארט ארטיקלען. איך וועל זיך פרייען צו קריטיק פונקט ווי צו קאמפלימענטן (כשם שמברך על הטוב כך מברך על הר...)--אלזוז 22:11, 4 בספטמבר 2006 (UTC)

זייער שייו געשריבן. אבער דיין עצה ווי זיך צו קעמפפן איז צו לייכט. הלוואי וואלט דאס געווען אזוי איינפאך, ליידער מענטשן פלאגן זיך צענדליגע יארן מיט אט די קרענק. און אגב איז כדאי צו צולייגן אז ס'איז אויך דא מעדיציןען וואס היילן די קרענק. ►רוני◄ 22:41, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
רוני דו קענסט יידיש? לאמיך דיך פרעגן א פשוטער שאלה פארוואס איז דאס די ערשטע לאנגער ארטיקל פון אים זינט ער איז דא איינגעשריבן. אויב האסטו א תירוץ טראכט עס און זאג עס נישטא ווייל דיין תמימות גרייכט עד לב השמים.?--משה 22:43, 4 בספטמבר 2006 (UTC)

רוני יישר כח! באמת! איך אליין פלעג אויך ליידן פון א געוויסע פאביע און איך ווייס אז עס איז באמת נישט לייכט זיך קעגנצושטעלן. אבער למעשה איז דאס די עצה נאר עס האט נאך אסאך פרטים "וויאזוי" זיך קעגנצושטעלן. יעדעס מאל אנדערש. בדרך כללי איז דאס דער עצה. וועגן מעדעצינען אדרבה שרייב, איך ווייס נישט צופיל דערפון.--אלזוז 22:45, 4 בספטמבר 2006 (UTC)


זייער א גוטע ארטיקל. אגב, רוני, די מיטלען אויף צו באקעמפפן שטימט מיט אלגעמיינע פסיכיאלאגישע מיינונגען. ביזט אבער גערעכט אז עס זאגט זיך גרינג.

נאך א פאביע וואס האסט נישט דערמאנט, און איז גאנץ מצוי, איז סאציעלע פאביע (און אויף א שוואכערער פארם "סאציעלע אנגסט"). דאס איז ווען מענטשן האבן א געפערליכער פחד פון גיין צווישן מענטשן, אדער צו רעדן צו פרעמדע, וכדו'. צומאל מיינט מען עס איז שעמעוודיגקייט, אבער עס קען זיין סאך ערנסטער.

אויך וואלט געווען שיין אביסל דרויסענדע לינקס און מקורות. זייער א שיינע ארבעט. --קאצקער 22:50, 4 בספטמבר 2006 (UTC)

אינטערסאנט אז קאצקער שעמט זיך שוין נישט צו שרייבן איבערן זעלבן ענין און אויסלויבן די זעלבע ארטיקל צו שיסן די זעלבע אינפארמאציע, ער האלט דעם רוני פאר ברעין דעד. רוני זעסט וואס ער האלט פון דיר פרייסט דיך. טאנץ אין די גאסן אז קיינער שעמט זיך שוין נישט אפען דיך משוגע מאכן מיט דיין תמימות--משה 22:58, 4 בספטמבר 2006 (UTC)

יישר כח קאצקער. איך האף אי"ה צו באארבעטן דעם ארטיקל נאך מער. און ברענגען נאך אסאך אזאלכע ארטיקלעך.--אלזוז 23:00, 4 בספטמבר 2006 (UTC)

קאצקער, איך בין נישט זיכער, ווייל ס'זיינען דא מענטשן וואס היילן זיך אויס פון דעם דורך קאגנעטיווישע פסיכאלאגיע זעה דא וואס מען לערנט זיי אויס צו טראכטן ריכטיג, און ווייניגער זיך צו אנשטריינגען צו טון זאכן וואס זיי האבן מורא צו טון. ►רוני◄ 23:02, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
רוני, אויב האב איך נישט קיין טעות ווערן די מיטלען גענוצט אינאיינעם מיט קאגנעטיווישע פסיכאלאגיע (אדער איז עס א חלק דערפון). מען לערנט דעם מענטש צו נעמען קליינע שריטן כאטש זיין פאביע, אינאיינעם מיט'ן אויסלערנען וויאזוי צו טוישן דעם געדאנקען גאנג, ווייל מיט קלענערע שריט איז גרינגער צו באקעמפפן די אוטומאטישע נעגאטיווע געדאנקען. (איך בין נישט קיין מומחה, אבער לויט וויפיל איך ווייס. איך וועל אריינקוקן דערין שפעטער צו זען אויף ריכטיג.) --קאצקער 23:17, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
איך האב אויך געשריבן דאס ווארט "און ווייניגער זיך צו אנשטריינגען", געוויס מוז מען אויך זיך אנשטריינגען. אבער סאיז דא מענטשן וואס מען טאר נישט רעדן מיט זיי צו פיל, נאר פשוט זיי נייטן ארויף גיין אויף הויכע צוקן אא"וו, און ס'זיינען דא אזעלכע וואס דארפן פריער פארשטיין און ארויסהאבן אז זייער שרעק איז פאלש. ►רוני◄ 23:25, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
כ'האב יעצט נאכגעקוקט ביי די ענגלישע. די מיטלען וואס אלזוז ברענגט זענען א חלק פון סיסטעמאטישע דעסענסעטיזאציע, און באנוצן א קאמבינאציע פון קאגניטיווישע און בעהעיוויאריסטישע (איז דא א בעסערע יידישע ווארט פאר דעם?) מעטאדן.
איך מיין איך ווער שוין באלד א רעכטע פסיכאלאג. :-) --קאצקער 23:30, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
זייער גוט ווייל מיר דארפן דא אזעלכע :) ►רוני◄ 23:34, 4 בספטמבר 2006 (UTC)

אָנהייבן אַ דיסקוסיע וועגן פאביע

אָנהייבן אַ דיסקוסיע
צוריק צו "פאביע" בלאט.