רעדן:עקאנאמיק

(אַריבערגעפֿירט פון רעדן:עקאנאמיע)
תגובה אחרונה: פֿאַר 15 יאָר מאת רוני בנושא עקאנאמיע און עקאנאמיק

עקאנאמיע און עקאנאמיק רעדאַקטירן

מען מישט אויס צוויי זאכן דא. "עקאנאמיע" (economy) איז די סיסטעם פון פראדוקציע א.א.וו. "עקאנאמיק" איז די סאציאלע וויסנשאפט וואס שטודירט ווי די עקאנאמיע ארבעט. --פוילישער 19:45, 23 סעפּטעמבער 2008 (UTC)ענטפֿער

איך גלויב שווער אז אויף יידיש קומט דאס "עקאנאמיק" אדרבה זאג אפשר ווי עס קומט? ►רוני◄ 07:54, 24 סעפּטעמבער 2008 (UTC)ענטפֿער

דו האסט א בעסער ווארט? וויינרייך און הארדוף ביידע שרייבן "עקאנאמיק". זע אויך בלעטער פאר אידישע דעמאגראפיע, סטאטיסטיק, און עקאנאמיק. --פוילישער 14:17, 24 סעפּטעמבער 2008 (UTC)ענטפֿער

אקיי כ'אב ניט געוווסט. ס'האט מיר אויסגעזען אז עקאנאמיק איז ענגליש. קענסטו נאך ווערטער וועלכע קומען אויף אזא פארעם פון "איק" פאר א שם דבר פון "יע"? ►רוני◄ 15:41, 24 סעפּטעמבער 2008 (UTC)ענטפֿער

כ'ווייס נישט. אבער ס'איז דא: פיזיק, מעכאניק, סטאטיטיסטיק, פאנעטיק א.א.וו. --פוילישער 21:55, 24 סעפּטעמבער 2008 (UTC)ענטפֿער

אבער פיזיק און די אנדערע קומען נישט אויך אויף א פיזיע פארעם. ►רוני◄ 07:23, 25 סעפּטעמבער 2008 (UTC)ענטפֿער

טא וואס בין איך שולדיג? :-) --פוילישער 11:04, 25 סעפּטעמבער 2008 (UTC)ענטפֿער

כ'אָב פֿאַרגעסן אַז מיר האָבן דאָס שױן באַהאַנדלט און כ'אָב בטעות װײַטערגעפֿירט דעם אַרטיקל צו עקאָנאָמיע. ►רוני◄ 22:08, 16 מערץ 2009 (UTC)ענטפֿער
צוריק צו "עקאנאמיק" בלאט.