א) הרה"ק ר' יוסף מיאמפולי בהרה"ק ר' יחיאל מיכל המגיד מזלאטשוב זצוק"ל, בנו;

ב) ר' יצחק ב"ר יוסף מיאמפאלא חתן הרה"ק ר' ברוך ממעזיבוז בן בתו שן מרן אור שבעת הימים הבעשה"ק, בנו,

ג) ר' ברוך ראבינאוויטש מיאמפאלא, בנו

ד) ר' אליעזר חיים ראבינאוויטש מיאמפאלא-ניו יארק, בניו;

ה-א) ר' שמואל אברהם ראבינאוויטש מיאמפאלא-בראנזוויל (המכונה דער בראנזווילער) ה-ב) ר' ברוך פנחס ראבינאוויטש מסקאליע חתן ר' אשר ישעי' מקאולביסוב

בני ר' שמואל אברהם מבראנזוויל; ו-א) ר' ברוך רב דק' בני אברהם במינעסאטע ו-ב) ר' דוד יצחק מדיטרויט

בני ר' ברוך פנחס מסקאליע; ז-א) ר' דוד יצחק אייזיק ראבינאוויטש מסקאליע-וומ"ס זצ"ל ז-ב) ר' מיכל ראבינאוויטש ז-ג) ר' ישראל ראבינאוויטש מקישינוב-מיאמי

בא לידי איין גליון מגליוני ניצוצי אורות יו"ל ע"י סקאליע, דארט ברענגט ער צוויי זאכן:

דער שרייבער שרייבט אז ר' אהרלע פלעגט פארן פון צייט צו צייט קיין קאזניץ ווי ער האט געהאט א דירה, און ווען ער פלעגט פארן אהין פלעגן אלע חסידים מיטפארן, אזוי אז די שטיבלעך פלעגן זיין געשפארט אויף דעם שבת, און הגם אז צווישן די חסידים אין שטיבל זענען געווען אזעלכע וואס האבן נישט משלים געווען מיט דער הנהגה פון ר' אהרלע אבער אז דער שטיבל איז געווען געשלאסן האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און זענען אויך מיטגעפארן, פרייטיג צונאכטס נאכן דאווענען האט זיך ר' אהרלע געגעבן א שטעל אויף אויפן טיש (אזוי איז געווען זיין סדר אז ווען ער האט געוואלט עפעס זאגן האט ער זיך אויפגעשטעלט אויפן טיש), אז וויבאלד ס'זענען אויך דא דעם טאטנס חסידים די מתנגדים וועט מען זיך מארגן שטעלן דאווענען 9 אזייגער, ווייל געווענטליך האט מען זיך נישט געקענט אויסרעכענען מיט איהם, און מ'האט טאקע געדאוונט דעם נעקסטן צופרי 9 אזייגער.

נאך א זאך שרייבט ער דארט, אז ער האט געקענט זיך געקענט שטעלן און קוקן איינעם אין פנים אריין פאר 10-15 מינוט און יענער האט זיך נישט גערירט, עס האט געקענט זיין אפילו אינמיטן גאס אז ער האט זיך געקענט אריין בייגן און קוקן איינעם אין די אויגן, און אסאך מענטשן האט ער אזוי מחזיר בתשובה געווען. -- די באמערקונג איז געשריבן פון א נישט-איינגעשריבנעם באניצער וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.


כידוע האט הרה"ק רבי אהרלה געמאכט אסאך בעלי תשובה, אויב האט ער געשפירט אז איינער וויל אראפגיין פונעם אידישען וועג האט ער זיך געפארעט מיט יענעם,און אים געהאלטן אויפן דרך הישר.

איינמאל האט איינער פון די חברה מחליט געווען ער האט שוין מער נישט קיין כח און געדולד צום רבי'ן, האט ער געפאקט פעקלעך און אנטלויפן,און קיינער האט נישט געוואוסט וואו ער איז,יענער איז אנטלויפן קיין לאנדאן הבירה,טראכטענדיג ביי זיך, אז דא אין לאנדאן איז ער פראנק און פריי,נישט אינטער די רבי'ס הענט,און קען טוהן וואס די הארץ גליסט אים.

אבער ער האט געהאט א'פאלשע האפענונג,און א'שיינעם טאג ווען ער איז געזעצען אויפן באס איז דער רבי בכבודו ובעצמו אים אנטקעגען געקומען,און דער רבי האט אוסגעשפרייט זיין הענט,און אפגעהאלטן די באס פון צו פארען ווייטער,און די מנהיג האט אפגעשטעלט די באס,און די רבי איז ארויף אויפן צווייטע שטאק פונעם באס,און ער איז תיכף צו געגאנגען צו יענעם איד,און ער האט אים אנגעכאפט זיין האנט,זאגענדיג "דו קומסט מיט מיר צוריק",וכך הוה און ער איז צוריק געקומען מיטן רבי קיין פוילין.

(מפי הרה"ג רבי יוסף יונה ווייסבלום שליט"א אבדק"ק "ישועות דוד שעדליץ" וואס האט עס געהערט פון א'איש מהימן,און דער מספר האט צוגעלייגט אז די מעשה איז בשעתו נתפרסם געווארן אין די לאנדאן'ער צייטונגען).

א) הרה"ק ר' יוסף מיאמפולי בהרה"ק ר' יחיאל מיכל המגיד מזלאטשוב זצוק"ל, בנו;

ב) ר' יצחק ב"ר יוסף מיאמפאלא חתן הרה"ק ר' ברוך ממעזיבוז בן בתו שן מרן אור שבעת הימים הבעשה"ק, בנו,

ג) ר' ברוך ראבינאוויטש מיאמפאלא, בנו

ד) ר' אליעזר חיים ראבינאוויטש מיאמפאלא-ניו יארק, בניו;

ה-א) ר' שמואל אברהם ראבינאוויטש מיאמפאלא-בראנזוויל (המכונה דער בראנזווילער) ה-ב) ר' ברוך פנחס ראבינאוויטש מסקאליע חתן ר' אשר ישעי' מקאולביסוב

בני ר' שמואל אברהם מבראנזוויל; ו-א) ר' ברוך רב דק' בני אברהם במינעסאטע ו-ב) ר' דוד יצחק מדיטרויט

בני ר' ברוך פנחס מסקאליע; ז-א) ר' דוד יצחק אייזיק ראבינאוויטש מסקאליע-וומ"ס זצ"ל ז-ב) ר' מיכל ראבינאוויטש ז-ג) ר' ישראל ראבינאוויטש מקישינוב-מיאמי

א) הרה"ק ר' יוסף מיאמפולי בהרה"ק ר' יחיאל מיכל המגיד מזלאטשוב זצוק"ל, בנו;

ב) ר' יצחק ב"ר יוסף מיאמפאלא חתן הרה"ק ר' ברוך ממעזיבוז בן בתו שן מרן אור שבעת הימים הבעשה"ק, בנו,

ג) ר' ברוך ראבינאוויטש מיאמפאלא, בנו

ד) ר' אליעזר חיים ראבינאוויטש מיאמפאלא-ניו יארק, בניו;

ה-א) ר' שמואל אברהם ראבינאוויטש מיאמפאלא-בראנזוויל (המכונה דער בראנזווילער) ה-ב) ר' ברוך פנחס ראבינאוויטש מסקאליע חתן ר' אשר ישעי' מקאולביסוב

בני ר' שמואל אברהם מבראנזוויל; ו-א) ר' ברוך רב דק' בני אברהם במינעסאטע ו-ב) ר' דוד יצחק מדיטרויט

בני ר' ברוך פנחס מסקאליע; ז-א) ר' דוד יצחק אייזיק ראבינאוויטש מסקאליע-וומ"ס זצ"ל ז-ב) ר' מיכל ראבינאוויטש ז-ג) ר' ישראל ראבינאוויטש מקישינוב-מיאמי

אָנהייבן אַ דיסקוסיע וועגן ניצוצי אורות

אָנהייבן אַ דיסקוסיע
צוריק צו "ניצוצי אורות" בלאט.