רעדן:ניו יארק סיטי

תגובה אחרונה: פֿאַר 8 יאָר מאת פוילישער

ס'איז נאך נישט דא קיין שום באווייז אז דער נאמען אויף יידיש איז "שטאָט ניו־יאָרק". --פוילישער 20:39, 8 פעברואר 2009 (UTC)

מ'דארף אויך בארעכענען מיט 1500 בלעטער אויף גוגל פאר "ניו יארק סיטי" --פוילישער 20:42, 8 פעברואר 2009 (UTC)

איך האַלט אַז אַ שטאָט קומט ניט מיטן נאָמען "שטאָט". איך קען ניט אַזאַ צירוף בײַ אַנדערע שטעט װי "תּל־אבֿיב שטאָט", "חיפֿה שטאָט" אדג"ל. די שטאָט דאַרף קומען "ניו־יאָרק (שטאָט)" און דער שטאַט דאַרף קומען "שטאַט ניו־יאָרק". ►רוני◄ 22:02, 8 פעברואר 2009 (UTC)


אזוי ווי דאס קעפל האט נישט קיין פינטלעך, וויאזוי ווייסט מען פון קעפל צי דער ארטיקל באהאנדלט די שטאָט ניו יארק צי דעם שטאַט ניו יארק? --פוילישער 18:01, 15 פעברואר 2010 (UTC)
איז אפֿשר קען מען שרײַבן ביים קעפּל "עיר" ►רוני◄ 19:24, 15 פעברואר 2010 (UTC)
איך בין מסכים מיט פוילישער אז ניו יארק סיטי איז מער פאסיג, פשוט ווייל אזוי איז אפיציעל איר נאמען. (עולםגולם (רעדן) 14:37, 26 יולי 2016 (UTC))ענטפֿער
אויב אזוי גיי איך באוועגן דעם בלאט. --פוילישער 15:20, 26 יולי 2016 (UTC)ענטפֿער
צוריק צו "ניו יארק סיטי" בלאט.