רעדן:מבול וואסער
תגובה אחרונה: פֿאַר 18 יאָר מאת באטשי בנושא די בילד איז נישט איידל
וויאזוי האט געקענט אריינפיטן אזויפיל חיות אין תיבה?
רעדאַקטירןאיך מיין מען זאל אויסמעקן די ווארט אלע עס קען נישט זיין אמת.--עפשטיין 14:56, 18 מײַ 2006 (UTC)
- אויב גלויבסטו אז עס געווען א מבול דאן זענען אויך געווען דארט אלע חיות, דער מקור אויף די מבול איז די זעלבע ווי אויף אלע חיות. --שמאלץ 15:00, 18 מײַ 2006 (UTC)
א מבול האט נישט מיט מיין גלייבן, עס קען זיין נסים אפילו איך גלייב נישט, ווי למשל קריאת ים סוף, ווער בין איך צוזאגן אז דער וואס האט באשאפן אלעס קען נישט טאן זאכן וואס ער טוט נישט געוונליך? זאל מען שרייבן אז עס איז געווען א נס ושלום על ישראל.--עפשטיין 15:07, 18 מײַ 2006 (UTC)
- דאס איז נישט די נקודה, די נקודה איז אז אויב מען באשרייבט די מבול שרייבט מען אלעס לויט די מקור, אויב די מקור פון די מבול זאגט אז עס איז געווען אלע חיות דאן שרייבט מען אזוי. אין אנפאנג ארטיקל איז געשריבן אז דאס אלעס שטייט אין די תורה, דערפאר איז דער גאנצער ארטיקל געבויעט אויף די תורה. --שמאלץ 15:13, 18 מײַ 2006 (UTC)
- איך האב שוין געשריבן נס, פארשטייט זיך אז מען מעג אביסל מסביר זיין וואס שטייט אין די תורה, נישט אלעס שטימט אזוי מיטן מציאות הדברים מעג מען נוצן פשטים. --עפשטיין 15:16, 18 מײַ 2006 (UTC)
- דיין פשטל פון די דיינעסאור שטייט נישט אין די תורה אדער חז"ל. אויב דו קענסט בריינגען א מקור וועט מען דאס קענען שרייבן. ►רוני◄ 17:33, 20 מײַ 2006 (UTC)
- איך האב שוין געשריבן נס, פארשטייט זיך אז מען מעג אביסל מסביר זיין וואס שטייט אין די תורה, נישט אלעס שטימט אזוי מיטן מציאות הדברים מעג מען נוצן פשטים. --עפשטיין 15:16, 18 מײַ 2006 (UTC)
די בילד איז נישט איידל
רעדאַקטירןדי בילד איז נישט קיין איידעלע בילד אפשר לייגען א צווייטע.--שמערל 00:02, 29 יוני 2006 (UTC)
- איך ווייס נישט צו ווען מ'רעדט פון א בילד וואס שטעלט פאר א געשעהעניש פון פאר איבער 4,500 יאר איז שייך צו זאגן אז ס'נישט איידל. ►רוני◄ 09:43, 29 יוני 2006 (UTC)
- איך וואלט געזאגט ווילאנג מ'ברענגט א צווייטע בילד דא איז דאס נישט געפערליך--באטשי 10:46, 29 יוני 2006 (UTC)