רעדן:מאטיל
תגובה אחרונה: פֿאַר 10 יאָר מאת פוילישער
מאטיל איז א נאמען מען גיט א מיידל. מסתמא מיינט מען א מאל. --פוילישער 12:47, 25 מײַ 2014 (UTC)
- מאטיל איז אויך א אידישע נאמען פאר moth מן הסתם פון רוסיש мотылек. מאטיל איז מן הסתם עלטער ווי מאל (און קיינער ניצט סייווי קיין איין). ישראל גרינער (רעדן) 13:40, 25 מײַ 2014 (UTC)
הארקאווי'ס ערשטער אויפלאגע האט
- מאטיל .m (מאטיליעס .butterfly. (pl
- מאטיל-ווערימעל .n (ווערימלאך .pl) .Chrysalis
קוקט אויס ר' אלכסנדר האט נישט געוואוסט דער חילוק פון א פלאטערל און א מאטיל, און פון א שלייערל ביז א גולם, אבער עס איז זייגער געווען אין באנוץ צוריק מיט ווייניגסטנס א הונדערט יאר, אמת וויינרייך האט מאל אבער עס האט שוין אן אנדערע ברייטע באדייט/באדייטן, אגב איז מעגליך צו ארויפלאדן בילדער אויף רעדן? ישראל גרינער (רעדן) 14:10, 25 מײַ 2014 (UTC)
- יא מען קען ווייזן א בילד אויף יעדן בלאט. אצינד האב איך געטראפן מאטיל ביי הארקאווי אין דער צווייטער אויפלאגע (אבער נישט מאטיל-ווערמעל). --פוילישער 14:44, 25 מײַ 2014 (UTC)
- איך האב געוואלט אויפלאדענען א בילד פון מאטיל-מאטיל-ווערימל ביי הארקאווי'ן אבער די בילדער אפציע איז געשלאסן,
- בכלל זע איך אז מען קען נאר אויפלאדענען איין בילד פער ארטיקל (עכ'פ אין מאביל) איז דאס ריכטיג? פארוואס? איז פאראן אן אומוועג? ישראל גרינער (רעדן) 18:00, 25 מײַ 2014 (UTC)
- כ'בין נישט אזוי באקאנט מיטן מאביל. מען דארף ארויפלאדן דאס בילד צו commons, און דערנאך קען מען אריינלייגן דאס בילד וואו מען וויל. דאס גייט נישט פאר אייך? עכ"פ הארקאווי'ס ערשטער אויפלאגע איז אויפן וועב, קענט איר געבן א url לינק. --פוילישער 19:49, 25 מײַ 2014 (UTC)