רעדן:יעקב יוסף האגער
תגובה אחרונה: פֿאַר 6 יאָר מאת Davidik500
דער טיטל דארף זיין יעקב יוסף האגער (אן די ווערטער בארא פארק). ער איז דאך דער איינציגער. --פוילישער 22:08, 7 מײַ 2018 (UTC)
- ערשטנ'ס אנטשולדיגט אבער איך האב געשאפן דאס בלאט און נישט דו, און איך וויל אז דאס קעפל זאל בלייבן אזוי. נישט יעדער דארף אומבאדינגט טאנצן לויט דיין פלייטל און שרייבן נאר אויף א וועג וואס שמעקט דיר. צווייטנ'ס ס'איז דא נאך עטליכע אייניקלעך רבנים מיטן נאמען יעקב יוסף האגער (צווישן זיי ר' יעקב יוסף האגער, זון פון מאנסיער רבי'ן ר' ישראל האגער שליט"א, און איידעם פון סקווערער רבי'ן שליט"א אויף וועמען איך וויל שרייבן אן ארטיקל,) און דערפאר האב איך געשריבן בארא פארק אין קלאמערן. איך האב רעכט דערצו, און אנשטאט צו זאגן יש"כ אז א דאנק מיר די ליסטע פון ארטיקלען אויף דער אידישער וויקיפעדיע איז גרעסער געווארן, קומסטו צו מיר מיט טענות. אזוי ווי איך האב דיר שוין אומצאליגע מאל געזאגט. איך וועל פארטיידיגן מיינע ביישטייערונגען פון דיין וואנדאליזם, און טאמער וועסטו טוישן דאס קעפל אדער צוריקדרייען זאכן אהן פרעגן וועל איך ווענדען צו די הנהלה פון וויקיפעדיע און כ'וועל זיי זאגן אז דו ביסט נישט מכבד די פארשריפטן. ביטע רעספעקטירן די פארשריפטן. כל טוב.
Davidik500 (רעדן) 01:49, 8 מײַ 2018 (UTC)
- איך האב געקענט אריבערפירן דעם ארטיקל אן דיין רשות. אבער איך האב געשריבן דא א בקשה. פארוואס דארפסטו ענטפערן אזוי חוצפה׳דיק? --פוילישער 07:01, 8 מײַ 2018 (UTC)
- כ'האב שוין מסביר געווען צוליב וועלכער סיבה כ'האב צוגעלייגט אין קלאמערן דאס ווארט בארא-פארק. טאמער דו האלטסט אז איך האב גערעדט חוצפה'דיג זיי מיר מוחל, אבער איך בעט דיר פערזענליך רעספעקטירן און נישט אריבערפירן אדער טוישן ארטיקלען וואס זענען אפגעשריבן געווארן דורך מיר אהן רשות. אזוי ווי ס'שטייט "כמים הפנים לפנים כן לב האדם לאדם". אויב דו ווילסט אז מ'זאל דיר באהאנדלען מיט כבוד דארפסטו אויך רעספיקטירן די מיינונג פון אנדערע. כ'האב באמערקט אז אפילו אויף קלייניגקייטן דו עקשנ'סט דיך, און טאמער איינער האלט אז מ'שרייבט אויף א געוויסן וועג, גלייך מוזסטו זיך עקשנ'ען און זאגן אז דו ווייסט בעסער, און ברענגען ראיות פון וואו ס'דיר באקוועם צו בערענגען אזוי ווי למשל עדינבארא. איך וויל נישט ווענדען צו דער הנהלה פון וויקיפעדיע און זאגן זיי אז דו קענסט דיך נישט פארטראגן מיט אנדערע באניצער, און אז דו דרייסט צוריק בלעטער אויף רעכטס און אויף לינקס, כאטש מ'האט דיך שוין טויזנט מאל געבעטן נישט ציריקדרייען און נישט ענדערן, אלס א סיסאפ, ערשטנס מוזסטו זיך קענען אויסקומען מיט אנדערע, און וועגן דעם זאג איך עס נאכאמאל, ס'טוט מיר לייד אז איך האב גערעדט צו דיר חוצפה'דיג און זיי מיר מוחל, אבער דו מוזסט פארשטיין ענדליך אז טאמער דו וועסט צוריקדרייען בלעטער, וועט מען אויך צוריקדרייען דיינע, און טאמער וועסטו רעספעקטירן די שריפטן פון אנדערע, וועט מען אויך באהאנדלען דיינע שריפטן מיט רעספעקט. כל טוב. Davidik500 (רעדן) 11:36, 8 מײַ 2018 (UTC)