רעדן:וויענער ניישטאט
נאמען
רעדאַקטירןנוישטאדט איז דייטש, נישט יידיש. זעט למשל זקניך ויאמרו לך ״ווינער ניישטאט״. אויך ביי דער אלגעמיינער צייטונג --פוילישער 22:25, 6 נאוועמבער 2017 (UTC)
- אין אלע שפראכן רופט מען עס וויענער נוישטאט, אין ענגליש הייסט עס אויכעט Viener new city?
פארוואס אויף אידיש דארף דאס זיין אנדערעש?
- אויסער דעם מען מוז נישט אומבאדינגט שרייבן ווינער מען קען אויכעט שרייבן וויענער טראצדעם וואס מען רעדט אויס ווינער. אומבאלאנגט דעם נאמען פון דער שטאט אפשר זאל איך נעבן דעם קעפל שרייבן אין קרייזלעך וויענער ניישטאט? Davidik500 (רעדן) 23:08, 6 נאוועמבער 2017 (UTC)
- דער שטייגער איז אז אין שפראכן וואס ניצן גלחישע (רוימישע) שריפט, לייגט מען אויס נעמען אין רוב שפראכן גלייך. אבער ווען מען ניצט אן אנדער שריפט (אלף בית, ציריליש, כינעזיש) דארף מען קלערן וואס איז דאס בעסטע. למעשה שרייבט מען נישט ״נוישטאדט״ אויף יידיש נאר ״ניישטאט״. אויך אויף ליטוויש און לאטייניש שרייבט מען אנדערש. --פוילישער 23:18, 6 נאוועמבער 2017 (UTC)
- איך האב דיר שוין עטליכע מאל ערקלערט אז מען דארף נישט קוקן אויף אזעלכע קלייניגקייטן ווייל אידיש איז א לעבעדיגע שפראך, און נישט קיין אקאדעמישע שפראך וואס מוז אומבאדינגט פאלגן נאר איין אויסלייג, אבער אז עס וועט דיך מאכן צופרידן וועל איך א ביסל שפעטער טוישן צו וויענער ניישטאט. אבער נעמען פון גאסן אדער טוריסטישע ערטער בלייבן מיטן אריגינעלן אויסלייג. מען דארף נישט פאראידישען יעדעס ווארט ווען עס פעלט נישט אויס. אויסער דעם אז דו וואלסט געקענט א ביסל דייטש דו וואלסט פארשטאנען ס'איז דא אומהיימליכע ענדליכקייט צווישן אידיש און דייטש און א גרויסע צאל ווערטער רעדט מען אויס אפילו די זעלבע אזוי ווי אין אידיש.
- ייש״כ --פוילישער 00:09, 7 נאוועמבער 2017 (UTC)