רעדן:וויזשניצער שטעטל

תגובה אחרונה: פֿאַר 13 יאָר מאת פוילישער

וויזשניצער שטעטל, און ווילידזש אף כתר זענען צוויי אנדערע זאכן, עס איז אזוי ווי מאנסי און וויליאמסבורג, אדער אלעד און שיכון וויזניץ אין בני ברק ??? Wwii study 23:19, 3 מײַ 2010 (UTC)ענטפֿער

זייטס מוחל, כ'האב נישט פארשטאנען פון אייערע ווערטער אז דאס איז צוויי באזונדערע ערטער. אפשר קענט איר געבן מער פרטים וועגן דעם וויזשניצער שטעטל, גענוי וואו עס געפינט זיך, א רעפערענץ, א.א.וו. אויך וואס איז פשט "קייאמישע לעיק"? --פוילישער 06:22, 4 מײַ 2010 (UTC)ענטפֿער
קייאמישע לעיק איז דער געגנט ווי עס געפונט זיך סיי דער וויזשניצער ישיבה וואס רופט זיך גיבערס, וואס גיבערס איז נאר א גאס נאך דעם נאמען פון דעם האטעל גרינדער
אזוי אויך געפונט זיך דארטן נעבן די ישיבה דער נייער וויזשניצער שטעטל
קייאמישע לעיק איז אין סאוט פאולסבורג, דארטן געפונט זיך אויך דער מונקאטשער קעמפ, ווי אויך דער ריזיגער ליסור טיים ספרינג וואסער פאבריק, און דער נאמען שטאמט פון דעם וואס עס איז דא דארטן א ריזיגער טייך וואס הייסט קייאמישע לעיק, האט דאס שטעטל אויך באקומען דעם נאמען
די נעמען פון די גאסן אין דעם נייעם וויזשניצער שטעטל זענען לויט קאלירן, צ.ב.ש. גאלד לעין, זילבער לעין, וכו' וכו'Wwii study 07:19, 4 מײַ 2010 (UTC)ענטפֿער
נאך א ביישפיל, אין ווילידזש אף כתר אין מאנסי איז רב הרב ישראל האגער, און אין וויזשניצער שטעטל אין קייאמישע לעיק איז רב הרב מענדל האגער, ווי פארשטענדליך זענען ביידע קינדער פון וויזשניצער-מאנסי רבי'ן שליט"אWwii study 07:20, 4 מײַ 2010 (UTC)ענטפֿער
קייאמישע לעיק האט קיין שום רעפערענץ נישט, מען קען אים אינגאנצן נישט טרעפן. מ'דארף האבן עפעס א ראיה דערצו. --פוילישער 07:32, 4 מײַ 2010 (UTC)ענטפֿער
Kiamesha Lake, Thompson, Sullivan, New York 12701 - זוכט דאס אויף גוגל מעפס וועט איר דאס טרעפן, אדער קענט איר דארטן נאר זוכן דעם ווארט Kiamesha Lake וועט ער אייך שוין אליינס צופירן, אדער אפילו בלויז דעם ווארט Kiamesha וועט איר דאס אויך טרעפן, איז דאס גענוג אדער פעלט אויס נאך א אויפווייזWwii study 07:44, 4 מײַ 2010 (UTC)ענטפֿער
ענדלעך געטראפן. א דאנק. --פוילישער 09:10, 4 מײַ 2010 (UTC)ענטפֿער
צוריק צו "וויזשניצער שטעטל" בלאט.