רעדן:היץ

תגובה אחרונה: פֿאַר 18 יאָר מאת שמאלץ

באהעפטן מיט ווארם ►רוני◄

ניין ווארם און הייס, איז אזוי ווי זומער און פרילינג.--יודל 02:06, 27 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער
דארף מען זיי אפשר אלע אריין לייגן אין "וועטער" אדער "טעמפעראטור. ►רוני◄

אדרבה, ואדרבה, ושכרך כפול--יודל 02:10, 27 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

מען קען דאך נישט אויף יעדע ווארט מאכן אן ארטיקל. וועגן דעם האבן מיר דאך דעם געשטארבענעם ווערטערבוך וואס אויך דארט זיינען מיר סיסאפן. ►רוני◄

איך בין מער צום הארצן א וויקיפעדיע, ווייל אלס חרדי וואס רעדט אידיש, דארף איך נישט קיין ווערטערבוך, דאס איז מער פאר פרעמדע, אבער א וויקיפעדיע, זיך צו באקענען און לערנען טיפער פון אלעם דאס איז מיין גלוסט.--יודל 02:16, 27 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

איך האב אויך נישט א ווערטערבוך און איך קלער צו קויפן, אבער איך האב גערעדט וועגן דעם "וויקיווערטערבוך" ►רוני◄
איך בין נישט מסכים דא מיט דעם, היץ איז א סייענטיפישע ווארט וואס מען ניצט אין פיזיקס, גראדע ניצט מען דאס אויך אין טאג טעגליכע לעבן, כ'וואלט געלאזט היץ און רידיירעקטעד ווארם און הייס צו היץ. וויבאלד דא איז נישט קיין ווערטערבוך, פאסט נישט קיין ארטיקל פאר ווארם און הייס, אבער היץ ווי כ'האב שוין געזאגט האט אסאך א ברייטערע מיינונג ווי קאלט און הייס. כ'וועל בלי נדר דאס שרייבן שפעטער. --שמאלץ 06:34, 15 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער

כ'האב אליינס נישט געכאפט אין וואס כ'האב מיך דא אריינגעלאזט, אבער כ'רעד מיך נישט אף, ס'איז נאר אינטערעסאנט, די ארטיקל איז מער ווייניגער איבערגעשריבן פון די ענגלישע, גלייך ווען כ'האב געזען די רעדן בלאט האב איך געוואוסט אז די ארטקיל גייט אויסקוקען מער ווייניגער אזוי, דאס איז דערפאר ווייל כ'האב געדענקט די געדאנק פון אלס קינד, און שפעטער ווען כ'האב מיך געלערנט עלעקטראניקס, כ'האב אבער נישט געקענט מצמצם זיין די געדאנק עס אראפצושרייבן ווי א מענטש אהן די ענגלישע. ס'איז פון דעם צוגעקומען כאטש נאך 6 ארטיקלן. כ'האף זיי אלע צו ענדיגן. --שמאלץ 12:18, 18 מײַ 2006 (UTC)ענטפֿער

צוריק צו "היץ" בלאט.