דאס זענען נישט די 7 מצוות

רעדאַקטירן

אדער מאכסטו דיך משוגע, אדער סתם אן עם הארץ, אדער בין אין אן עם הארץ, וואספארא מצוה איז דאס "קאנטראלירן די חיות"? מאכן וואס מער ZOO'ס?--געוואלד 12:05, 15 סעפטעמבער 2006 (UTC)

וּמוֹרַאֲכֶם וְחִתְּכֶם, יִהְיֶה, עַל כָּל-חַיַּת הָאָרֶץ, וְעַל כָּל-עוֹף הַשָּׁמָיִם; בְּכֹל אֲשֶׁר תִּרְמֹשׂ הָאֲדָמָה וּבְכָל-דְּגֵי הַיָּם, בְּיֶדְכֶם נִתָּנוּ. האסטו אבעסערער אויסדרוק? ביטע פארבעסערן! ►רוני◄ 12:31, 15 סעפטעמבער 2006 (UTC)
►רוני◄ טייערע, מ'קאן נישט ארויסנעמען עפעס גראד פון א פסוק אין חומש, צו וויסן די שבע מצוות בני נח, דארף מען קוקן אין חז"ל און רמב"ם, די מצוות וואס שטייט אויסגערעכנט יעצט אינעם ארטיקל איז גוט פאר א פורים שפיל, אי"ה איך וועל האבן די געגלעגנהייט וועל איך עס איבער ארבעטן--געוואלד 14:26, 15 סעפטעמבער 2006 (UTC)
געוואלד! דו באוואשט יענעם אלס עם הארץ אבער דו אליינס זאגסט נישט קלאר צו דו ווייסט וואס דו רעדסט רוני האט דא מער חזקת באגלייבטקייט פון דיר, באוואש נישט יענעם מיט צו-נעמען אלס עם הארץ! ווייל דו ביסט א גס רוח בנוסף צו אן עם הארץ!--יודל 14:36, 15 סעפטעמבער 2006 (UTC)
די חז"ל האבן פאראנדערשט די זיבן מצוות. זע (רמב"ם) סנהדרין (נו סוף עמוד א') (אף על פי שכולן קבלה הן בידינו ממשה רבנו, והדעת נוטה להן, מכלל דברי התורה, ייראה שעל אלו נצטוו. הוסיף לנוח אבר מן החי, שנאמר "אך בשר, בנפשו דמו לא תאכלו" (בראשית ט,ד); נמצאו שבע מצוות) ►רוני◄ 14:55, 15 סעפטעמבער 2006 (UTC)

ביטע צייכנט אהן א מקור, ווייל פאר מיר זעהט עס אויס ווי נישט ריכטיג די ווערטער

רעדאַקטירן

לויטן רמב"ם מוז יעדער איד צווינגן די גוים דאס איינהאלטן, אבער לויטן רמב"ן איז דאס געוואנדען אויף א בית דין און נישט אויף סתם יחידים. אין גמרא שטייט עמד וימודד ארץ ראה הקב"ה אז זיי זענען נישט נזהר האט ער זיי נישט באצוונגען דערמיט.

כדי זאל זיין דער נומער "זיבן" האבן די חז"ל צוגעלייגט נאך אן איסור, נישט צו עסן א גליד פון לעבעניש פאר ווען מען האט איר גע'שחטן. דאס פארשטיי איך נישט פארוואס מוז זיין זיבען ?

--יודישער שרייבער 21:23, 9 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
איך האב דאס געשריבן, און געדיינק נישט איצט די קלארע מקורות. איך מיין אז אזוי שטייט אויך אין דער העברעישער וויקיפעדיע. איסור אכילת אבר מן החי (תוספת של חז"ל) און יעצט זע איך אז אין דעם דאזיקן רעדן-בלאט האב איך שוין געצייגט דעם מקור. זע אויבן. ►רוני◄ 21:29, 9 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
איך פארשטיי נישט די ווערטער כדי זאל זיין דער נומער זיבן, פארוואס האט חז"ל געבאדרט אז איז זעקס, פארוואס מוז זיין זיבן, קען זיין אז זיי האבן געהאלטן אז איסור אכילת אבר מן החי באלאנגט אויך פאר די בני נח, אבער נישט דעם טעם כדי עס זאל זיין זיבן. איז דער נומער זיבן דער עיקר ?????--יודישער שרייבער 21:35, 9 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
ווייל זיבן אז א יידשער סימבאל. איך געדיינק נישט א צינד דעם מקור. איך וועל דאס איבערקוקן. ►רוני◄ 21:37, 9 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

עס איז מיר נישט מסתבר אז עס האט געברענט פאר חז"ל צולייגן א זיבעטע מצוה כדי ווייזן פאר די גוים א יידישער סימבאל, ברענג א מקור--יודישער שרייבער 21:38, 9 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

איך האב געפרעגט א חבר מיינער א תלמיד חכם און א ידען און ער זאגט אויך אז עס האט נישט קיין מקור. ►רוני◄ 00:29, 10 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
צוריק צו "די זיבן מצוות בני נח" בלאט.