דשערעמי אדער דשערעמיי?

רעדאַקטירן

דער פוחת הארטיקל האט געשריבן מיט איין י אבער דער נאמען איז מיט צוויי יידעלעך איך האף אז איך מאך נישט קיין טעות אז יא זאל דא איינער מסביר זיין פאר מבאוועגט צוריק א דאנק.--יודל 12:22, 27 מארץ 2008 (UTC)

די צייטונג שרייבט עס מיט איין "י".--טעכניקער 12:09, 28 מארץ 2008 (UTC)
דאן ביסטו גערעכט א דאנק פארן זיך דורכרעדן.--יודל 12:11, 28 מארץ 2008 (UTC)
א דאנק פארן פארשטייען, אפשר קען מען אין דעם עתיד נוצן די צייטונג אלס וועגווייזער ווען עס קומט צו אזעלכע נעמען אדער ווערטער, די צייטונג איז נייטראל און האט אזעלכע רעספעקטירטע שרייבער ווי אברהם פריעדמאן און שאול קליין און האלט זיך צו שטרענגע סטאנדארד וואס אנדערע אידישע צייטונגען האבן ליידער נישט.--טעכניקער 12:18, 28 מארץ 2008 (UTC)
שמואל ווידער דער רעדאקטער פון 'בלאט' טאקע א גרויסער עם הארץ און לייכטזיניגער פאשקעווילן שרייבער איז ער דאך א מעורב בין הבריות - דער אברהם פרידמאן איז אן איינגערעדטער מענטש וואס הערט נישט אויס קיין אנדערן'ס דעת בלויז דער ניו יארק טיימס - אויך שאול קליין איז א וואולער איד אבער זיין פעלד איז חינוך מיוחד וואס ער שיקט אלע זיינע פאציענטן פאר זיין אויסגעראבייטער איינרעדעניש. דער פאקט איז אז אין חינוך מיוחד איז הרב קליין שוין אויך נישט מאסגעבענד. עס איז דא היינט אינגעלייט וואס האבן שטודירט דער קליין האט זיך אליין'ס אויפגעבויט זיין מהלך אן קיין שום דיפלאמע. - אך אין וויי אז דער אידישער וויקיפעדיע זאל אויף אונז ארויפצווינגן די דעות פון שאול מיט אלבערט...:)--יודל 12:25, 28 מארץ 2008 (UTC)
די צייטונג האט סטאנדארד און ער האלט זיך דערצו, און זיי זענען עלטערע שרייבער, און ער נוצט א מהלך. ווידער דער בלאט האט נאר בחורים שרייבער, איינער וואס ווערט שוין צו גוט פליעט פון דארט, און צו לעצט האבן זיי נישט קיין שום מהלך, זייער ספעלינג איז יעדעס מאל אנדערש, רוב פון די שרייבער קענען נישט געהעריג קיין ענגליש און שרייבן אפילו נישט נאך די נייעס אקורט. אברהם פריעדמאן און שאול קליין זענען פראפיסאנעלע שרייבער נישט קיין חילוק דיין פרעזענליכע מיינוג איבער זיי, וואס קומט פון די חסידישע גאס וואס רעספעקטירט נישט קיין אינטעלגעציע נאר נארישע פאליטישע פירער און עשירות, איינער וואס גייעט נישט און שפאן ווי די מעימסטריעם, ווערט אראפגעריסן. די צוויי זענען אינטעלקעטולן וואס איז ליידער דא ווייניג ביי די חסידים. --טעכניקער 12:57, 28 מארץ 2008 (UTC)
אמת, אבער איך האב קיינמאל געזאגט אז אברהם פרידמאן איז נישט קיין איטעלעקטועל אדער אז שאול קליין איז נישט קיין איטעלעקטואל, דער פאקט איז אז שאול'ס עקספערטיז איז חינוך און ער האט נישט קיין שום דיפלאמע און היינט איז שוין דא ברוך ה' צענדליגע אינגעלייט וואס זענענן זיך געגאנגן שטודרין אין קאלעדזשעס אויסגעארבייטע זאכן נישט בויך קרעמפן ווי שאול קליין דאס איז נישט מיין מיינונג דאס איז א מצינות לגבי אלבערט פרידמאן ביסטו אויך גערעכט אבער איך האב מיך נישט געקריגט איך זאג נישט מיין מיינונג איך זאג א מציאות א פאקט. דער בלאט לערענט זיך זיי טוישן כסדר אזוי ווי דו זאגסט ווייל זיי ארבייטן פיל אויף פיעדבעק זיי זענען נישט קיין בלינדע עקשנים וואס האלטן זיך צו זייער מיינונג ווי אלבערט. דער פאקט איז אלבערט ווען נישט זיין אויפטוה פון 'עקשנות' וואס האט קאפיטוליזירט אויף דעם דיקטאטורשאפט פון דער איד יארן לאנג וואלט מען אים אריינגעטראסקעט אין אן אינסטעטוציע אין יעדן געזעלשאפט נישט נאר ביי חסידים. דאס וואס דו שרייבסט מיט אזא הויכבאשפריצטער ביטול קעגן חסידים אז מיר רעספעקטירן נישט קיין אינטלעקטואליזם איז נישט ווערד קיין ענטפער, דאס איז טיפיקל זעלבס-האסליכער חסיד וואס איז ל"ע אזוי נידעריג אין זיין זעלבס-רעספעקט פון פארלוירנקייט דו קענסט נעבעך נישט קיין ענגליש מיינסטו אז די חכמה ליגט ביי די גוים מיר האבן א תורה וואס איז א נצחי און גארנישט איז אונז נישט חשובער ווי א תלמיד חכם ליין אן אינטלעקטואל פון דעת עליון א דעת תורה א געטליכער מאן איז ביי אונז דאס ארויפגעקוקסטער מציאות - דיין פארלוימדונג אז מיר רעספעקטירן עשירים מער פון אנדערע געזעלשאפטן איז אויך דורכגעפוילט מיט א פיינפולער 'אינפריארעטי' שלאגונג. מיר רעספעקטירן געלט פיל ווייניגער ווי אלע גוים. און לגבי דיין טענה אז דער בלאט ווארפט אינגעלייט איינמאל זיי זענען געווארן אויס בחורים איז נישט אמת, ר' שמעון ראלינצקי איז בלויז געפלויגן פון דארטן ווען ער האט אנגעהויבן צו שרייבן אלבערט'ס השקפה ארטיקלן לויט ווי איך פארשטיי איז דאס געשעהן נאכן זיך גט'ן, דער פאקט איז אז אז סטאנדארט שטעלט נישט דער שרייבערל נאר די רעדאקטאר, און פארן טראנסלירן נייעסער פון ענגליש צו אידיש ברויך מען נישט זיין קיין איינשטיין, דאס קען א ראבאט אויך טאן...--יודל 13:09, 28 מארץ 2008 (UTC)

ביטע האלט זיך צוריק צו פרעזענליך אטאקירן, די קענסט פראקטאצירן חסידות פון פרעזענליכע אטאקעס און מקוה, איך וועל נישט ענטפערן אויף פרעזענליכע אטאקעס, איך ווייס נישט פון חינוך מיחוד, ביזדערווייל האב איך נישט אדער איינער פון פאמיליע געדארפט צו קומען דערצו וועל איך נישט נעמען קיין מיינוג, ווער עס ליינט "א טאג בוך פון מחנך" פון "שאול קליין" זעט אז דא רעדט מען נישט פון סתם א שרייבער. ביי די חסידים איז נישט דא רעספעקט פאר "תורה" הלוואי וואלט דארט געווען, ביי חסידים איז דא רעספעקט פאר רבי'ס קינדער וואס זייערע טאטע אדער עלטער פעטערס זענען געווען צדיקים, אבער די קינדער די אזויגערופנע רבי'ס זענען עמי הארצים און פרא אדם'ס און פאר זיי שלאגט מען זיך, אנדערע קוואליפאקציעס א חוץ זיין בנש"ק איז שטארק אראפגעקוקט, דאס איז א פאקט נישט קיין חילוק וויפיל די וועסט שרייבן. איבער צו שרייבן נייעס קען א ראבאט אויך טאן אבער אויב דער ראבאט קען נאר א פארגרייזטען ענגליש וועט עס זיין פארגרייזט, א רעדאקטער קען נישט איבערקוקן צו אלע נייעס זענען אקוראט. --טעכניקער 13:42, 28 מארץ 2008 (UTC)

דו זיצט דיך אין בית הכיסא און דו קטנסט אויף הונדערט טויזענט אידן אז זיי זענען משוגע און נאריש און דו וויינסט נאך אז מען אטאקירט דיך פערזענליך?! זאג נאר דאס אז דו ווערסט איבערגענומען פון דעם שאול קליין קען אפווארפן א מציאות אז דער מענטש איז א פאנטאזירער קעגן צענדליגע אינגעלייט וואס האבן דיפלאמעס און שרייען אז דער מענטש מאכט חרוב אידישע שטיבער?! ערעב איד קודם שרייבסטו אז דער בלאט האט נישט קיין סטאנדארט נאכדעם ווען איך ענטפער דיר אז זיי האבן יא ווייל דער סטאנדארט שטעלט נישט דער שרייבער נאר די רעדאטאר פארפארסטו צו אן אנדער ענין אז זיי קענען נישט קיין ענגליש און נשיט דער אידיש איז דער פראבלעם?! הקיצור מיר זעהן שוין אייער יאר גאנג איך בין נישט אין חינוך סא וועל איך לאזן פאר אנדערע זיך באגיין מיט אייך. א גוט שבת--יודל 13:50, 28 מארץ 2008 (UTC)
צוריק צו "דזשערעמייע רייט" בלאט.