רעדן:ברוינוי
וואס מיינט ״ סעקרוועסטרירן״? --פוילישער 21:09, 7 נאוועמבער 2017 (UTC)
- אויף העברעאיש ס'איז ווערט געטייטשט ווי "להפקיע" און אויף ענגליש אזוי ווי expropriate/requisition. אויף אידיש הייסט עס סעקרוועסטרירן
- ״סעקוועסטרירן״ אָן דעם ערשטן ״ר״. sequester --פוילישער 22:34, 7 נאוועמבער 2017 (UTC)
- צדיק, לערן מיך נישט אויס אידיש, אז דו ווילסט קענסט דיך אליין איבערצייגן אז איך בין גערעכט. עפען אויף דעם ווערטערבוך און געב א קוק צי מ'שרייבט מיטן בוכשטאב ר' נאכן ק' אדער נישט. א ווארט פון א פרעמדע שפראך (squester) איז נישט קיין ראי'. Davidik500
- זעט דא: אין די עשרת הדברות, שטייט לא תגנוב; אין פ׳ קדושים זאגט די תורה לא תגנבו. פארוואס שטייט אין די צען געבאט ״לא תגנוב״ דו זאלסט נישט גנבענען, און אין פ׳ קדושים ״לא תגנבו״, איר זאלט נישט גנבענען? זאגן די חז״ל, אז דער לא תגנב, דו זאלסט נישט גנבענען מיינט בגנוב נפשות, ווען מען גנבעט מענטשן היינט צו טאג איז נישט קיין נייעס, אז מען גנבעט (סעקוועסטרירט) מענטשן, און מען הייסט זיך באצאלן, מליאנען; אן א סך מאל באצאלט מען און מען הרגעט אוועק דעם מענטשן. ״לא תגנבו״ איר זאלט נישט גנבענען, מיינט ווען מען גנבעט צו ביי יענעם געלט, אדער זאכן. (סנהדרין פו) איז פארוואס שטייט א לשון רבים? איר זאלט נישט גנבענען? זאגן די מפרשים, אז דאס גייט אויך אויף דעם, דער וואס זעט ווי מען גנבעט און מאכט זיך נישט זעענדיק. און אויב איינער קויפט אפ די גנבה, איז אלץ איינס ווי ער וואלט געווען א שותף צו דעם. --פוילישער 14:09, 8 נאוועמבער 2017 (UTC)
- ערשטנ'ס יישר כח פארן ווארט וואס דו האסט אהער געברענגט, כ'האב הנאה געהאט דאס צו ליינען. אין באצוג צו אונזער טעמע, דאכט זיך מיר אז אונז זענען מיר ביידע גערעכט, ווייל איך האב געברענגט א באווייז פונעם ווערטערבוך און דו האסט דאס געברענגט פונעם "אלגעמיינער" (כאטש איך טוה נישט ליינען דעם אלגעמיינער וויבאלד איך באפארצוג צו ליינען "דער בלאט", "דער וועקער" א.ד.ג וואס זענען געשריבן אין דעם אויסלייג וואס איך בין צוגעוואוינט צו רעדן און צו ליינען). איבריגנס, איך האב געטוישט דאס ווארט סעקרוועסטרירן/סעקוועסטירן צו מער א גרינגער ווארט ווי "לייגן א באשלאג", אזוי איז דאס בעסער און מער פארשטענדליך. דריטנ'ס וואס האסטו אזוי שטארק קעגן דעם אונגארישן/דייטשן אויסלייג? רוב עולם רעדט אזוי.
אָנהייבן אַ דיסקוסיע וועגן ברוינוי
רעדן־בלעטער זענען דער ארט וואו מענטשן דיסקוטירן וויאזוי צו מאכן דעם אינהאלט אין װיקיפּעדיע דאס סאמע בעסטע וואס קען זיין. איר קענט ניצן דעם דאזיקן רעדן־בלאט כדי אנצוהייבן א שמועס מיט אנדערע וויאזוי צו פֿארבעסערן ברוינוי.