כ'שרייב דאס אלעס פון מיין אפיס און כ'האב נישט קיין משניות אלעס אויפצוקוקן, צווישן אנדערע בין איך נישט זיכער אין די גרויס צווישן די מזבח און די היכל, אויך בין איך נישט זיכער אויב א לוי האט געמעגט גיין אין עזרת כהנים, אויב איינער ווייסט פון א לינק צו א זעקס ששה סדרי משנה, און/אדער א משנה תורה להרמב"ם, ביטע לייגט דא דעם לינק. א דאנק. --שמאלץ 23:48, 10 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

תנ"ך#דערויסענדיגע לינק --►רוני◄ 04:46, 11 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
איך דאנק דיר זייער, אה יעצט וועל איך קענען לערנען ווען כ'האב נישט וואס צו טאן, כ'גלייך דעם וועב זייט, כ'האב עס אנגעצייכנט אין מיין פעוואריטס. --שמאלץ 04:50, 11 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

דער בית שלישי וועט געבויעט ווערן פון פייער?

רעדאַקטירן
בית שלישי - אזוי ווערט אנגערופן דער דריטער בית, דאס איז נאכנישט
געשטאנען, און וועט אויפגעבויט ווערן פון פייער ווען משיח וועט קומען.

פון ווו איז דער מקור? א דאנק --►רוני◄ 20:16, 16 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

דא איז די מקור. --שמאלץ 20:27, 16 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
וועלכע שורה? איך גלויב אז'ס זיכער אגדתא, און נישט נארמאלע פשט ►רוני◄ 20:31, 16 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
זוך פאר שלם ישלם דארט פאנגט זיך אן דער שטיקל. כאטש דאס איז טאקע אגדתא, האט דאס אבער אויך מיט הלכה, וויבאלד די גמרא זאגט דארט אז גאט איז מחויב צו באצאלן. --שמאלץ 20:34, 16 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

פון וואנט נעמסטו די דאטום פון בויען דער בית ראשון

רעדאַקטירן

לויט ווי עס שטייט אין דער העברעישן ויקיפדיה און אין אנדערע מקורות, איז דער בית ראשון געבויעט געווארן ג'ס"ה און חרוב געווארן ג'קע"ד. עס איז מיר אינטרעסאנט פון ווו נעמסטו דיין מקור. א דאנק ►רוני◄ 16:38, 22 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

כ'האב שוין באמערקט אז אנדערע האבן אנדערע דאטום'ס אויף דאס בעיקר האב איך דאס געזען אויף אנדערע וועב זייטליך. אזוי ווי איך האב שוין באמערקט פון פריער לגבי די אויסזען פון בית המקדש, כ'האב געשריבן דעם גאנצן ארטיקל פון אויסעווייניג אנע ספרים אדער אנע דעם וואס איך זאל נאכקוקען ערגעץ ווי עפעס, כ'האב אלעס גענומען פון זכרון (דרך אגב דאס איז אויף מיין ליסטע פון צוענדיגען די וואך, כ'וויל משלים זיין דאס ארטיקל אינגאנצען).
כ'וועל אנפאנגען מיט בית שני, דאס איז חרוב געווארן אין 3828 נעם אראף 420 וואס דאס איז באוואוסט איז די יארן וואס בית שני איז געשטאנען האסטו 3408 דאס איז די יאר וואס בית שני איז געווארן אויפגעבויעט, דערנאך נעם אראף 70 יאר פאר גלות בבל, האסטו 3338 וואס דאס איז ווען בית ראשון איז חרוב געווארן, בית ראשון איז געשטאנען 410 וואס ווען דו נעמסט דאס אראף פון 3338 האסטו 2928.
די אמת איז אז סיי די דאטום פון חורבן בית ראשון און סיי די דאטום פון חורבן בית שני זענען דאטום'ס וואס כ'געדענק נאך פון אלס קינד, כ'האב מיך דאס אריינגענומען אין קאף פון ספר שנות דור ודור און פון דעם האב איך גענומען די איבריגע, כ'האב יעצט נישט דעם ספר פאר מיר (כ'וועל דאס האבן מארגן) אבער ס'קען זיין אז כ'האב יא א סדר הדורות אויב האב איך וועל איך דאס באלד נאכקוקען און זען וואס ער שרייבט. --שמאלץ 04:22, 23 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
ס'איז אינטערעסאנט אז דו קוקסט דורך די העברעישן, וועסטו באמערקן אז זיי האבן 585 יאר פאר בית שני, וואס לויט דעם וועט יא שטומען די גאנצע חשבון, זיי לייגן אבער צו אז לויט חשבון פון חז"ל איז די בית המקדש געשטאנען נאר 420 יאר. וואס לויט דעם קומט אויס אז איך בין מן הסתם יא גערעכט לויט מיינע חשבונות, כ'וועל נאר דארפן צושטעלן צו אלע אנדערע דאטום'ס שטומען (ווי למשל פון ווען ביז ווען האט שלמה המלך געלעבט). דערווייל קומט אויס אז מיין מקור איז חז"ל און זייער מקור איז נישט באוואוסט, אין יעדענס פאל, כ'וועל דאס נאכקוקען אין סדר הדורות און זען וואס זיי שרייבן. --שמאלץ 04:30, 23 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
כ'האב געזוכט א סדר הדורות און נישט געקענט געפונען, האב איך אבער געפונען דאס:
דא איז א מקור קוק אין הלכה ג' זאגט ער 410 יאר איז געשטאנען בית ראשון, קוק אין הלכה ד' זאגט ער אז עס איז געווען 70 יאר אינצווישען און אז בית שני איז געשטאנען 420 יאר. קוק אין הלכה ו' זאגט ער אז יעצט ווען ער דער רמב"ם שרייבט די הלכות איז שנת 4936 (ד'תתקל"ו) און עס איז די 1007טע יאר נאך חורבן בית שני, 1007 נעם אראףּ פון 4936 האסטו 3829 וואס למעשה ווייס איך נישט פארוואס עס קומט נישט אויס צו 3828 אבער דאס איז עפעס וואס כ'וועל מיך נישט אריינלייגען דערין יעצט. כ'מיין אז דאס איז גענוג מקור פאר יעצט, לאז מיר וויסען. --שמאלץ 05:34, 23 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
צוריק צו "בית המקדש" בלאט.