רעדן:אמנון יצחק
תגובה אחרונה: פֿאַר 18 יאָר מאת קאצקער בנושא איז ער דען א תלמוד חכם?
ווער איז זיין רבי?
רעדאַקטירןביי וועם האט זיך אמנון יצחק געלערנט? ווער האט אים מחזיר בתשובה געווען?
- ער האט זיך געלערנט יארן לאנג אין דעם באקאנטן כולל חזון איש, וואס איז ערוויילטע תלמידי חכמים וואס פירן זיך שטארק ברומו של עולם מיט חומרות און סייגים אבער זענען זיך נישט מבטל פאר קיין שום רעביס ראשי ישיבות. און הרב שך האט זיי באקעמפט, אז אפילו זייער וועג איז הייליג איז דאס נישט קיין חינוך פאר קיין קינדער צו זיין אייגענארטיק.--יאנוש 15:47, 16 יוני 2006 (UTC)
זיין רבי איז געווען ר' יהודה שפירא זצ"ל -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער 91.135.102.198 וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.
איז ער דען א תלמוד חכם?
רעדאַקטירןאויך, וואו זעט מען אז ער איז א תלמיד חכם? ער ווארפט טאקע צאם אסאך מאמרי חז"ל, אבער קען ער למשל אפלערנען א שווערן תוספות מיט א מהרש"א, אדער איז ער בקי אין גרויסע שטיקער פון ד' חלקי? --קאצקער 15:42, 16 יוני 2006 (UTC)
- איך בין נישט קיין תלמיד חכם אפצומאכן דאס אבער איינער וואס ווארפט צאם מאמרי חז"ל, און זיצט און לערנט כל ימיו, איז קודם מוחזק א תלמוד חכם קענסט לייקענען און אויסמעקן.--יאנוש 15:47, 16 יוני 2006 (UTC)
- איך קריג זיך נישט אויף דעם. כ'האב עס נאר נישט געזען פריער אין ערגעץ האב איך געפרעגט. --קאצקער 16:20, 16 יוני 2006 (UTC)