אויך איז דאס א שפעט ווארט קעגן די זאליס. ווען ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א איז געווארן רב אין סאטמאר-וויליאמסבורג, מיטן ציל צו אויסלויפן דעם וועג פון זיין עלטערע ברודער ר' אהרן טייטלבוים שליט"א, אזוי אז ער זאל ירשנ'ען זיין טאטענן רביסטעווע, ר' משה טייטלבוים שליט"א. באותו זמן, האבן קיין איינע פון זיין טאטענס חסידים נישט מיט געשטאנען מיט איהם, אדרבא, זיין זענען אלע געווען שטארק קעגן איהם. זעהנדיג אז ער האט נישט קיין שטיצע פון זיין טאטענס חסידים איז ער געלאפן זיך חנפענען צו די קעגענערס פון זיין טאטען ווי למשל די בני יואל. כדי זיך צו פארענטפערן פארוואס ער איז מקרב די אלע וואס האבן מצער געווען און זיך געשלאגן מיט זיין טאטען אלע יארן האט ער ביי איינע פון זיינע ערשטע דרשות, אונעם זאל פון קאנטינענטל, זיך אויסגעדריקט אז די אידן האבן אלס געהאט אן "אהבה מסתרת" צו סאטמאר ממילא דארף מען זיי מקרב זיין און צוריק העלפן בלייבן אין סאטמאר. א גרויס חלק פון די קעגנערס האבן זיך צוגעכאפט דערצו, אין זיי האבן זיך אנגעשלאסן מיט ר' זלמן לייב. פארשטייט זיך זיי זענען נישט געווארן קיין גלויביגערס אין ר' זלמן לייב פערזענליך, נאר אויף אזויפיל אז זיי האבן אקצעפטירט דעם אפענעם טיר וואס ר' זלמן לייב האט זיי געעפנט. דעריבער עד היום אין סאטמאר ווערן די בני יואל חסידי ר' זלמן לייב פארופון "אהבה מסתרת" חסידים, ע"ש די דרשה. -

אָנהייבן אַ דיסקוסיע וועגן אהבה מסתרת

אָנהייבן אַ דיסקוסיע
צוריק צו "אהבה מסתרת" בלאט.