רעדן:אגדתא
וווּ איז דער מקור פון די פאלגענע פאראגראף? דער רמח"ל אין זיין ספר ארבעה מאמרים ברענגט אז עס זענען דא אפאר סארטן אגדתא'עס, ער לייגט צו אז די אגדתא וואס רעדט פון נאטור מיינט מען נישט דוקא די נאטור פון וואס מען רעדט, נאר עס איז דארטן באהאלטן פארבארגענע סודות התורה, און די חכמים האבן דאס באהאלטן אין די נארטוליכע זאך פון וואס מען רעדט, וועגן דעם ווייל דאס איז געווען באוויסט אז דער נאטורליכער זאך ארבייט אזוי ביי אלעמען. למשל אז די גמרא זאגט אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט, מוז דאס נישט מיינען אז אזוי איז דאס, נאר וויבאלד אלע האבן אזוי געהאלטן אין יענע צייטן, און די גמרא זוכט נאר צו פארבארגן עפעס דא, נוצט ער די באוויסטע זאך פון יענע צייטן וועגן די זון און דער וועלט. עס איז זייער שווער צו גלויבן אז אזוי שרייבט דער רמח"ל. ►רוני◄ 16:00, 25 מארץ 2007 (UTC)
לויט די אינהאלט אינעם ארטיקל דארף דער ארטיקל זיין אונטערן נאמען "אגדתא" (אזוי ווי בשעת שמאלץ האט געשריבן דעם אַרטיקל), און נישט אונטער "אגדה" װאָס װיפֿל איך ווייס איז נישטא אזא ווארט אין ייִדיש. ביטע אויפֿקלערן. ►רוני◄ 11:03, 26 מיי 2007 (UTC)
- לכבוד רוני, דאס איז זיכער אז עס קומט נישט דער נאמען פון דעם ארטיקל "אגדה" אבער "מדרש אגדה", ווי איך האב געשריבן אן ארטיקעל "מדרש אגדה" א ספר פון מדרשי חז"ל, עס קומט אויך נישט "אגדתא", דאס איז אלעס אבער לשון הקודש אבער ארמיש, אויב ווילסטו עס שרייבן אויך אידיש, ווייס איך נישט וויאזוי, אבער מען מוז דאס איבערפירן, אז כדי ווען מען זוכט אינעם וויקי מדרש אגדה זאל ארויס קומען דער מדרש אגדה עה"ת וואס איך האב געשריבן, נישט דעם ארטיקל, , אויך מיין ארטיקעל "מדרש אגדה עה"ת" דארף מען איבערפירן צו "מדרש אגדה"--יודישער שרייבער 00:19, 13 יאַנואַר 2010 (UTC)