רעדן:אברהם יואל מענדלוויטש

תגובה אחרונה: פֿאַר 18 יאָר מאת אמסטערדאמער

כ'פארשטיי אלעס וואס דו זאגסט חוץ פון דעם פארוואס מען זאל אראפנעמען דאס אז ער האט אראפגעווארפן אהרן'ס שטריימעל. --שמאלץ 03:42, 11 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

כ'פארשטיי נישט גארנישט מען טאר גארנישט מעקן איבער אים ער איז א פובליק פיגור און זיין ביוגראפיע מוז באשריבן ווערן.--אמסטערדאמער 10:50, 11 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער

שמאלץ, ביזט גערעכט, דאס קענסטו אפשר צוריקלייגן. אמסטערדאמער, ער איז נישט א פובליק פיגור, ער האט נישט קיין שום פאסטן.

ראנג! אויב איינער איז א שוויצער און פירט אן מיט פאליטיק איז ער א מיצר על הציבור און אזוי ווי דער איד דערמאנט זיין נאמען לטובה און דער בלאט לרעה, מוזן מיר אלס אומפארטייאישער דאקומענטירער פון פובליק מענטשען שרייבן ביידע צדדים אפילו סשמעקט נישט פאר איין צד, דאס איז אמת מיט אברומי רובין, עמרם כהן, חיים שלמה ווערטהיימער, משה שמואל זופניק און לייביש טייטלבוים, קיינער האט נישט וואס צו מעקן זייער היסטאריע פון אלס קינד ביז זיי גייען צוריק אין זייער פריוואט לעבן און לאזן מנוחה דעם ציבור, אברומי מענדלוויטש איז א שלעגער א עסקן וואס לאזט זיך ארעסטירן ארויסצוווארפן ארונים פון ראדני ער איז א פובליק מענטש מער פון סיי יעדער איינער אין די פאליטיק, סא דריי נישט קיין קאפ אז ער האט נישט קיין אמט. רוף אן זיין אמט הויפט עסקן לבית סאטמאר ווי דער איד אדער רשע און שוטה ווי דער בלאט אבער פארקויפ מיר נישט קיין לאקשען אז ער איז א פריווטער מענטש ווייל עס איז שקר.--אמסטערדאמער 21:22, 11 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
ברואיגט זיך אידען, הגם כ'ווייס נישט צו איך וויל אריינגיין אין די חילוק צווישען משה גבאי און אברהם מענדלאוויטש, האלט איך אבער אז רעדן וועגן איינעםס פריוואטע מרה שחורה איז אביסעל איבערגעטריבן ווען די מדריגה פון פובליק איז אזוי קליין ווי ער. נאך דערצו ווען די ווארט מרה שחורה לאזט זיך זאגן אויף כמעט יעדע פרומע 16 יעריגע בחור וואס זיצט אין ישיבה און לערנט נישט 29 שעה א טאג. --שמאלץ 21:30, 11 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
"ערעב איד, ווי קומט אריין אהער משה גבאי? איך האב געשריבן אז ער איז פונקט אזוי פובליק ווי יעדער שלעגער אין סאטמאר פאליטיק, און ער דארף דא ווערן אויסגעטאן נאקעט ברחל בתך הקטנה פונקט ווי אלע אנדערע פובליק פיגורן, ער איז פובליק און פארטיק, און אויב איז ער געווען מרה שחורה ביז ער האט אנגעהויבן צו נאכשרייען ארונים, און דאס האט אים אויפגעלעבט טאר דאס קיינער נישט מעקן." --אמסטערדאמער 21:56, 11 יוני 2006 (UTC)ענטפֿער
צוריק צו "אברהם יואל מענדלוויטש" בלאט.