רודאלף גוסטאוו העס
רודאלף גוסטאַוו העס (ענגליש: Rudolph Gustav Hass; 5טן יוני 1892 - 24סטן אקטאבער 1952) איז דער דערפינדער פונעם פאפולערן העס אוואקאדאו וועלכער הייסט נאהך עהם. דער העס אוואקאדא איז היינט צו טאהג דער מערסט קאמערציעל געפלאנצער אוואקאדאו אין דער וועלט.
געבורט |
5 יוני 1892 מילוואקי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | |
---|---|---|
טויט |
24 אקטאבער 1952 (אלט 60) פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע | |
פאך | בריווטרעגער | |
היסטאריע
רעדאַקטירןעהר איז געבוירן אין מילוואקי דעם 5טן יוני 1892. אין 1923 האט עהר זיך געצויגן מיט זיין פאמיליע קיין קאליפארניע וואו עהר האט געליפערט פאסט מיט די הענט.
אין 1925, נאכן לייענען א מאגאזין ארטיקל ווי אזוי מ'קען מאכן געלט פון אוואקאדאו פלאנצן, האט עהר געקויפט א לאנד פון א אקער און א האלב מיט זיין גאנצע געלט און איינגעפלאנצט דערין אוואקאדאו ביימער - מעהרסטנס פון די פֿארטע סארט. אזוי ווי עהר האט נישט געהאט גענוג געלט צו קויפן נאך ביימער, האט עהר עס צאמגעשטעלט מיט אַן אנדער סארט האלץ וואס האט זיך שפעהטער ארויסגעשטעלט צו זיין גאהר א געשמאקער סארט פרוכט פאר עסן און האנדל.
דערנאך וואס ס'איז געוואקסן און זיין פאמיליע האט עס געגליכן, האט עהר געגעהבן דערפון צו פארזוכן פאר זיינע מיטארבעטער אין די פּאסט-אמט. זיי האבן עס אויסגעלויבט און געבעהטן צו קויפן פרוכט פון עהם. אזוי ווי עהר האט פארקויפט אלעס וואס עהר האט זיי געברעהנגט, האט די פאמיליע עס אנגעהויבן צו פארקויפן ביי א טישל אין די זייט פונעם שאסיי.
דערנאך האט עהר עס געטראהגן צו א קראם אין דעם געהגנט וואו עהר האט איבערגעלאזט עטלעכע סעמפּל'ס. עס איז זייער געפאָלן פאר די קונדן דער נייער טעם און עס האט זיך פארקויפט פאר א דאלער א שטיק, א גרויסע סומע אין יענער צייט. אין אויגוסט 1935 האט העס ארויסגענומען א פּאַטענט פאר די אויסשליסליכע רעכטן פון זיין פרוכט און אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך צו פלאנצן כדי עס צו פארקויפן פון וועלכע ער וועט באקומען 25 פראצענט פון די פארדיענסט.
למעשה האבן אסאך פארמער פארלעצט דעם פאטענט און געקויפט העס-ביימער פון יענעם און עס אליין פראדוציהרט אין די מאסן.
ער האט געליטן פון א הארץ אטאקע אום אויגוסט 1952 פון וועלכער ער איז געשטארבן א מאנאט דערנאך.
וועב לינקען
רעדאַקטירן- http://ucavo.ucr.edu/avocadovarieties/Hass_History.html
- http://www.cooksinfo.com/rudolph-hass
- ווידעא וואו מען זעהט דעם ארגינעלן מוטער בוים פון וואס אלע העס אוואקאדא'ס קומען