ראק און ראל
ראק און ראל (ענגליש: Rock & Roll) איז א מוזיקאלישע סטייל וואס האט זיך אנטוויקעלט אין די פופציגער יארן אין אמעריקע, און פונדעם האט זיך אנטוויקלט די ראק סטיל אין די זעכציגער יארן. עס האט זיך אנגעהויבן פון די אנטוויקלונג פון עלעקטראנישע מוזיקאלישע אונסטרעמענטן ווי אן עלעקטראנישע גיטאר. דער סטייל איז קורצע שנעלע לעבעדיגע לידער. דעמאלסט האט זיך אנגעהויבן די פארשפרייטונג פון מוזיק דורך קאסעטעס און אזוי איז ראק און ראל געווארן פאפולער ביי די מאסן. עלוויס פרעסלי ווערט באטראכט אלץ דער "קעניג פון ראק און ראל".