ראפ אין אידיש
אלבאם
ראפ אין אידיש איז דער נאמען פון א חסידישער טעיפ אויף דער יידישער שפראך געשאפן אינעם יאר 2007 דורך צוויי פרומע יונגעלייט פון בני ברק דודי קאליש און חיים שלמה מאייעס.
די לידער פון דער טייפ שטאמען פון גרויסע פאפולערע וועלטלעכע זינגערס, ווי מעדאנע, פופציק צענט, מייקל דזשעקסאן און נאך.
די רבנים האבן געאסערט צו פארקויפן דאס קאסעטל אין ארץ ישראל פון וועגן דער פרעמדער סטיל פון די ניגונים.
אויפן דעקל פון דער טעיפ איז אנגעדרוקט "המכירה אסורה לחרדים" (טייטש: דאס פארקויפן איז פארבאטן פאר פרומע לײַט).
דרויסנדיקע פארבינדונגען
רעדאַקטירן- Ynet ארטיקל
- אן אינטערוויו אויפן ראדיא מיט די ארויסגעבער https://www.youtube.com/watch?v=VDDib9tW3ko
- http://www.bhol.co.il/forums/topic.asp?topic_id=2261922&forum_id=771 (ארכיווירט 22.09.2020 ביי דער Wayback Machine)