ראטיבאר
ראטיבאר (פּויליש: Racibórz, דײַטש: Ratibor, טשעכיש: Ratiboř) איז א שטאט אין דרום פוילן, 122 ק"מ מערב פון קראקע, מיט 60,218 איינוואוינער (2006) פלאצירט אין דער שלעזיער וואויוואדעשאפט (זייט 1999). זי איז די הויפטשטאט פון ראטיבאר פאוויאט.
דער נאמען ראטיבאר נעמט זיך פונעם נאמען פון הערצאג ראציבאר, דער גרינדער פון דער שטאט.
ראטיבאר האט געהאט א יידישע קהילה, מיט 948 יידן אין יאר 1900.