קלינישע דעפּערעסיע איז א סאָרט דעפּרעסיע פון א מצב פון שטארקן טרויער, עצבות, מרה-שחורה, אָדער פארצווייפלונג, וואָס איז דערגאנגען אזוי ווײַט, אז עס פארדרייט די געזעלשאפטלעכע פונקציאָנירונג פון א מענטשן אָדער זײַנע טאָג–טעגלעכע אקטיוויטעטן. די "קלינישע דעפּרעסיע" איז א דיאגנאָז פון א געזונט-פאכמענטש און איז אנדערש פון סתם דערשלאָגנקייט.

לויט די קריטעריעס (געזעצן) פון די-עס-עם 4, דער הויפּט-וועגווײַזער פאר שטעלן פּסיכיאטרישע דיאגנאָזן, נעמט ארײַן די דעפּרעסיע איינעם פון די פאָלגנדיקע צוויי עלעמענטן במשך פון כאָטשבי צוויי וואָכן.

1. דעפּרעמירט/דערשלאָגן געמיט, אָדער.

2. פעלן פון הנאה (אנהעדאניע בלע"ז).

פארן דיאגנאָז איז גענוג צו האָבן איינעם פון די סימפּטאָמען צוזאמען מיט פינף פון דער פאָלגנדיקער רשימה במשך פון צוויי וואָכן. דאָס נעמט ארײַן:

  • געפילן פון עצבות אָדער מורא, אָדער דאָס ניט קענען שפּירן עמאָציעס (ליידיקייט)
  • די פארקלענערונג פון אינטערעס/הנאה פון אלע, אָדער כּמעט אלע, טאָג–טעגלעכע טעטיקייטן
  • געביטענער אפּעטיט, אָדער ארויפ-/אראָפּגיין פון וואָג
  • פארדרייטער שלאָף-סדר אָדער צופיל שלאָפן
  • פארלאנגזאמטע מוסקול-באוועגונגען כּמעט יעדן טאָג
  • פארמאטערטקייט, גײַסטיק אָדער פיזיש, אָדער פארלירן כּוח
  • שטארקע געפילן שולדיקייט, נערוועזקייט, הילפלאָזיקייט, האָפענונגסלאָזיקייט, ווירדלאָזיקייט, איינזאמקייט אָדער פּחד
  • שוועריקייטן קאָנצענטרירן זיך, פאָקוסירן זיך אָדער בכלל פּאמעלעך טראכטן, ארײַנגערעכנט זיכּרון
  • כּסדרדיק טראכטן פון טויט (ניט נאָר מורא פארן טויט), חשק "זיך אוועקלייגן און שטארבן" אָדער "אויפהערן אָטעמען", כּסדרדיקע געדאנקען פון זעלבסטמאָרד אן א פּלאן, אָדער א זעלבסטמאָרד-אטענטאט אָדער פּלאן צו נעמען זיך דאָס לעבן.

טייל מענטשן מיט קלינישער דעפרעסיע ליידן אויך פון פערזענלעכקייט-שטערונג.

רפואות פאר דער קלינישער דעפּרעסיע קען מען צעטיילן אויף צוויי טיפּן: פּסיכאָ-טעראפּיע און מעדיקאמענטן. בדרך-כּלל, זײַנען ביידע עפעקטיוו, כאָטש צו פארגלײַכן זייער עפעקטיווקייט ווענדט זיך אין דעם, ווי שטארק ס'איז די דעפּרעסיע. א סך וויסנשאפטלערס מיינען הײַנט צו טאָג, אז די קאָמבינאציע פון מעדיקאמענטן און טעראפּיע איז רעקאָמענדירט אין שווערער דעפּרעסיע, ד"ה מער עפעקטיוו ווי מעדיצין אָדער טעראפּיע אליין. פונדעסטוועגן, קען זײַן אז איינס אָדער דאָס צווייטע קען דינען אליין ווי אן עפעקטיווע רפואה אין פאלן פון מילדער אָדער מיטעלער דעפּרעסיע.

הײַנט צו טאָגס, איז דאָ זייער א סך ליידנדיקע אויף דעפּרעסיע וכדומה, פאָרשער זאָגן א סך סיבות דערויף, אָבער די פאקט איז, אז זייער א סך דארפן הײַנט נעמען מעדעצין כּדי צו זײַן נאָרמאל. דאנקען גאָט, איז הײַנט שוין דערפונדן די מעדעצין לעקסאפּראָ וואָס איז נישט פאררעכנט אלס א הארבע נערוון פּיל, נאָר א מעדיצין וואָס ווערט הײַנט גענוצט דורך א ריזן פּראָצענט פונעם געהעריקן פּובליקום, גרויסע פירער און וואָס האָבן פיל דרוק, א סך וואָס גייען אדורך א טראוומע, ווערן געשטיצט עס צו נעמען. מ'זאָגט אן ערנסט ווערטל, אז בקרוב וועט זײַן אויסגעשטעלט, אזויווי א פּובליקער טעלעפאָן אָדער א סאדע מאשין, אויכעט א קעסטל וווּ מ'וועט קענען קויפן לעקסאפּראָ, אז ס'זאָל זײַן צו באקומען צוליב דעם פולן פארלאנג.

וועבלינקס

רעדאַקטירן