קול חברי העדה החרדית איז א פאפולערע האטליין וואס איז געגרינדעט געווארן ו' טבת תשע"ד ביי דער מערכה פון די קברים אין גאלאווענציץ. עס איז געגרינדעט און ווערט אנגעפירט דורך דעם סאטמארער עסקן ר' יצחק ווייס, וויבאלד די רעכטע אין דער עדה החרדית (וואס דאס איז רוב קהילות) האבן נישט געהאט קיין פלאטפארמע וואו צו אויסדרוקן זייערע מיינונגען האבן זיי געגרינדעט די האטליין. אויפן האטליין ווערט ארויפגעלייגט יעדע שעה נייעס מהנעשה והנשמע ביי די מערכות וואס דאס יהדות החרדית פירט.

אין שנת תשע"ו ביי דער העפטיגע מערכה קעגן דעם מוסד חכמת לב, האט קול חברי אנגעפירט די מערכה וואס במשך א האלב יאר האבן זיי יעדן טאג געלאזט הערן באווייזן און פאקטן אז דער מוסד האט טאקע גענומען געלט, און טאקע דורך זיי איז אויפגעוויזן געווארן אז חכמת לב האט טאקע גענומען געלט, אבער וויבאלד הרב אלתר קויפמאן, דער מנהל פונעם מוס איז אן אהרויני סימפאטיקער, האבן די אהרוינים דאן געעפנט אן האטליין מיטן נאמען 'קול חינוך הטהור' וואס זיי האבן אין יענע תקופה זייער נישט שיין פרובירט צו באשמיצן די פנים פון אלע זייערע שונאים, אפילו נישט פון די חכמת לב פרשה, פאר ר' יצחק ווייס האבן זיי געגעבן די נאמען "שקרן הסורר", וכו' וכו', און זיי פלעגן אויספירן ביי יעדע באריכט "וסןף האמת לנצח