עפענען הויפטמעניו
מאפע פון קאראַל-ים

18°S 158°E / 18°S 158°E / -18; 158

דער קאראַל־יַם איז א קליינער ים אינעם פאציפישן אקעאן ביים צפון־מזרח בארטן פון אויסטראליע. צו זיין מערב זייט געפינט זיך קווינסלאנד און די אינדזלען וואנואטו און ניי קאלעדאניע צו מזרח. פון דער צפון זייט זענען די סאלאמאן אינזלען און אויף דער דרום זייט איז דער טאסמאן-ים. אין קאראל-ים געפינט זיך דער גרויסער באריער ריף. צווישן די ים באשעפענישן אין ים זענען הייפיש, טונא, באראקודא, וואלפיש און דער זעלטענער נויטילוס.

א סך פון די אינדזלען אין קאראל-ים געהערן צום קאראל-ים אינזלען טעריטאריע פון אויסטראליע.

צווייטע וועלט-מלחמהרעדאַקטירן

ביי דער צווייטער וועלט מלחמה איז דער שלאכט פונעם קאראל-ים געווען דער ערשטער עראפלאנען-שיף שלאכט צווישן די פאראייניגטע שטאטן מיט אויסטראליע קעגן יאפאן. דער שלאכט האט געדויערט פון 4טן ביזן 8טן מיי 1942. דער שלאכט איז געווען די ערשטע מפלה פאר יאפאן, און האט געשטערט יאפאן פון אינוואדירן פארט מארסבי, די הויפטשטאט פון ניי גינע.

וועבלינקעןרעדאַקטירן

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: קאראל-ים