קאראאיבן

ראיאן וואס נעמט איין דעם קאראאיבישן ים און זיינע אינזלען, און די בארטנס פון די ארומיגע יבשות
(אַריבערגעפֿירט פון קאראיבישע אינזלען)

די קאַראַאיבן זענען א ראיאן פון צפון אמעריקע וואס שליסט איין דעם קאראאיבישן ים, זיינע אינזלען  (טייל ארומגענומען דרוך קאראאיבישן ים[1] און טייל וואס גרענעצן סיי דעם קאראאיבישן ים און סיי דעם צפון אטלאנטישן אקעאן)[2] און די ארומיגע בארטנס. דער ראיאן איז דרום־מזרח פונעם איינגאס פון מעקסיקע און דעם צפון־אמעריקע יבשה, מזרח פון צענטראל־אמעריקע און צפון פון דרום־אמעריקע.

דער ראיאן באשטייט פון מער ווי  700 אינזלען, וויספעס, ריפֿן און קייען.[3] די קאראאיבישע אינזלען, וואס זענען די גרעסערע אנטילן צו צפון און די קלענערע אנטילן צו דרום און מזרח (כולל די ליווארד אנטילן), זענען א טייל פון דער גרעסערער גרופע פון מערב־אינדישע אינזלען, וואס שליסט איין אויך דעם לוקאיאנישן ארכיפעלאג (וואס באשטייט פון די באהאמאס און די טורקס און קייקאס אינזלען).

עטימאלאגיע

רעדאַקטירן

דער נאמען פונעם געגנט שטאמט פון די קאריבן, אן עטנישע גרופע וואס האבן געוואוינט אין די קלענערע אנטילן און טייל פון דרום אמעריקע בשעת דעם שפאנישן אייננעם פון אמעריקע.[4]


 
מאפע פון די קאראאיבן
 
א שול אן סורינאם

מוסטער:Notelist

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. Engerman, Stanley L. (2000). "A Population History of the Caribbean", A Population History of North America. Cambridge University Press, 483–528. ISBN 0-521-49666-7. OCLC 41118518. 
  2. (2003) Understanding the contemporary Caribbean. London, UK: Lynne Rienner. ISBN 158826663X. OCLC 300280211. 
  3. Asann, Ridvan (2007). A Brief History of the Caribbean, Revised, New York: Facts on File, Inc., 3. ISBN 0-8160-3811-2. 
  4. Carib. Encyclopædia Britannica. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 2008-07-10. דערגרייכט דעם 2008-02-20. “inhabited the Lesser Antilles and parts of the neighbouring South American coast at the time of the Spanish conquest.”