קאנסטיטוציע
די קאנסטיטוציע פון א מדינה אדער א שטאַט זיינען גרונדענע שטארקע געזעצן פון דער רעגירונג וואס הערשט איבער אלע אנדערע פאליטישע געזעצן.
די קאנסטיטוציע לייגט אוועק ווי אזוי מ'זאל וויילן די מענטשן און אנשטאלטן וואס רעגירן איבערן לאנד, און ווען און וויאזוי מ'זאל פירן די וואלן.
נישט יעדע מדינה האט א געשריבענע קאנסטיטוציע. למשל, דאס פאראייניגטע קעניגרייך האט נישט קיין איין דאקומענט וואס ווערט גערופן זיין קאנסטיטוציע. די ערשטע פון די דאקומענטן וואס באשטיין די קאנסטיטוציע פונעם פאראייניגטן קעניגרייך איז די מאגנא קארטא פון 1216.