דיריגענט

(אַריבערגעפֿירט פון קאנדאקטער)

דער דיריגענט אדער קאפעל-מייסטער איז דער וואס דיריגירט דעם ארקעסטער (קאפעליע).

א דיריגענט

דער דיריגענט שטייט געווענליך אינדערמיט, און דיריגירט מיט א טאקסשטעקל, ארויף אדער אראפ, שנעל אדער שטייט.

טראצדעם וואס די מוזיקאנטן זענען אלע פאכלייט, פעלט זיך אויס א דיריגענט, וועלכער גיט דעם טאן און טעמפא. דער דיריגענט צייגט ווען די פידלען זאלן אריינקומען, ווען די הארפען אדער טשעלאס זענען אראפגיין גאר נידריג.

מען קען דיריגירן מיט די הענט אן א שטעקל אבער מען איז געוואוינט צו ניצן א שטעקל. דער טעם איז ווייל אמאל פלעג נישט זיין קיין דיריגענט, נאר דער ערשטער פידלער פלעג דיריגירן די קאפעליע. רוב פון דער צייט האט ער געשפילט זיין פידל און די אנדערע מוזיקאנטן האבן אים געפאלגט. בשעת ווען ער האט נישט געשפילט האט ער געוויזן מיט זיין סמיק. שפעטער ווען מען האט אנגעהויבן צו האבן א דיריגענט וואס שפילט נישט, איז געווארן דער שטייגער אז ער ווייזט מיט א טאקסשטעקל במקום דעם סמיק.

צווישן די אממערסטן בארימטע דיריגענטן זענען:

  • זובין מעטא פון די איזראעלי פילהארמאניק, און דערנאך אין די ניו יארק פילהארמאניק.