קאמפאט
קאָמפּאָט איז אַ זיסע נאכשפּײז געמאַכט פון אלערליי פרוכט, און צומאל לייגט א גוטער קעכער אויך צו, פון געוויסע זיסע גרינצייג.
![](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/9/94/Compote.jpg/220px-Compote.jpg)
די היסטאריע פון קאמפאט, אדער ווי מ'האט עס גערופען אמאל 'צימעס', האט זיך אנגעהויבן פון ווייקן 'שטארק געצייטיגטע' פרוכטן, און פון דעם איז געווארן א אייגעמאכץ - ווי מ'האט עס גערופן אמאל. דאס האט מען אויך גענוצט פאר היילונג, ווייל די שטארק זיסע פארזיך דערפון, האט געהאט גוטע באצילן. אבער היינט איז עס מער-ווייניגער אזויווי א קאלטע זופּ, וואס מ'עסט דערפון ביים ענדע פון א מאלצייט.
די פרוכטן װערן היינט געקאָכט אין צוקער װאַסער, ביז זײ װערן װײעך און דאָס װאַסער באַקומט אַ קאָליר, און עס ווערט אליינס גענוצט ווי א זיסע געטראנק.
מערסטנס מאל ווערט עס סערווירט נאך א פליישיגער מאלצייט.
פארשידענס
רעדאַקטירןס'דא א באקאנטע חסידישע סלאגאן, מיט וואס מ'ענדיגט צו א אומגינסטיגער טעמע, ווי פאלגנד: מייערן צימעס איז א גוטע צימעס, און דער נעשכיזער רבי איז געווען א גוטער יוד...