קאמפיוטער פראגראמירן

(אַריבערגעפֿירט פון קאָמפּיוטער פּראָגראַמיסט)

קאמפיוטער פראגראמירן איז דער פראצעס פון געבן אינסטרוקציעס פאר א קאמפיוטער דורך שרייבן קאד אין א ספעציעלער פראגראמירן שפראך מיטן צוועק צו שאפן א קאמפיוטער פראגראם. דער וואס שרייבט פראגראמען הייסט א קאָמפּיוטער פּראָגראַמירער.

  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – פראגראמירן שפראך

עס זענען דא פיל פראגראמירן שפראכן וואס יעדע פון זיי איז געאייגנט פאר אנדערע צוועקן. עטליכע באקאנטע שפראכן זענען: סי (C),‏ ++C, וויזועל בייסיק (Visual Basic), פערל (Perl), דזשאווא (Java), סי שארפ (#C).

אויך זענען דא עטליכע שפראכן ספעציעל פאר פראגראמירן אינטערנעט בלעטער.

פראגראמירן אין אסאך שפראכן באנוצן זיך מיט פראצעדורעל פראגראמירן. דאס מיינט אז קאמפיוטער קאד ווערט געשריבן אין דעם סדר וויאזוי דער קאמפיוטער דארף דאס אויספירן, שורה נאך שורה. א ביישפיל פון פראצעדורעל פראגראמירן איז די פאלגנדע, געשריבן אין וויזועל בייסיק:

FirstNumber = 10
SecondNumber = 20
Result = FirstNumber + SecondNumber
PrintToScreen "Here is the result: " & Result

עס זענען דא שפראכן וואס באנוצען זיך מיט דעקלאראטיווע פראגראמירן. דאס מיינט אז די שפראך ווערט נישט דוקא געשריבן מיט אן באפעל ווי אזוי אויסצופירן וואס מען שרייבט אריין. אריינגערעכנט אין דעם סארט שפראכן זענען Prolog (א לאגיק פראגראמירן שפראך) און די פונקציאנעל פראגראמירן שפראכן.

אנדערע ביישפילן פון דעקלאראטיוו פראגראמירן זענען CSS (א שפראך וואס מען ניצט איבערצוגעבן צו א בלעטערער וויאזוי א בלאט פון HTML זאל אויסזען).

אויך די באצייכענען שפראכן (markup language) ווערן גערעכנט דעקלאראטיוו. ביישפילן זענען עיטש-טי-עמ-על (HTML), עקס-עמ-על (XML).

זעט אויך

רעדאַקטירן