קאמפיוטער פראגראם

(אַריבערגעפֿירט פון קאָמפּיוטער פּראָגראַם)

א קאָמפּיוטער פּראָגראַם איז א זאמלונג פון ארדענטליכע באפעלונגען וואס ווערט אויסגעפירט דורך דעם פראצעסאר לויט ווי דער פראגראמירער האט באשטימט. אין אלגעמיין, א קאמפיוטער פראגראם, איז א צווישן האנדלונג פון דער באניצער מיטן קאמפיוטער. די מערהייט פראגראמען זיינען געבויעט מיט אינפוט און אַאוּטפוט פונקציעס, ד"ה, דער באניצער לייגט אריין אינפארמאציע (למשל דורכן קלאוויאטור) און דאס פראגראם גיבט ארויס אינפארמאציע (למשל דורכן עקראן).

דער פראצעסאר קען אנאליזירן פראגראמען וואס זיינען געשריבן געווארן אויפן באשטימטן מאשינס שפראך. כדי צו פארגרינגערן די פראגראמיסטן, איז דא היינט פארשיידענע פראגראם שפראכן (ווי למשל C) וואס מען קען זיי שרייבן מיט א נאטירלעכע שפראך, און מען ניצט א קאמפיילער איבערצוזעצן דאס נאטירלעכע שפראך צום מאשינס שפראך. יעדע שפראך און יעדע מאשין האט א באזונדער קאמפיילער.

עס זיינען דא פארשיידענע קאמפיוטער פראגראמען צו פארשיידענע אפערירן־סיסטעמס, למשל, א קאמפיוטער פראגראם וואס איז געשריבן געווארן פאר מייקראסאפטס אפערירן־סיסטעם וועט נישט ארבעטן אין א יוניקס אפערירן סיסטעם אדג"ל, ווייל יעדע אפערירן־סיסטעם האט אנדערע פונקציעס מיט ווי זי באקומט דעם אריינווארג און ארויסווארג פונקציע.

זעט אויך

רעדאַקטירן