קאַטעגאָריע רעדן:חסידים

תגובה אחרונה: פֿאַר 8 יאָר מאת פוילישער

אזעלכע קאטעגאריעס ווי 'בעלזער חסידים', 'גערער חסידים', 'סקווערער חסידים', און אזוי ווייטער, דארפן געמעקט ווערן. אנדערש פון "אמעריקאנע יידן", "אונגארישע רבנים", א.ד.ג. זענען זיי נישט קיין אנציקלאפעדישע פאקטן, עס איז נישטא קיין קלארע וועג וויאזוי דאס צו באשטימען, איינער וועט זאגן אז יענער באלאנגט אהער און דער אנדערע וועט זאגן אז ער באלאנגט אהין, היינט איז ער דא נעכטן איז ער געווען דארט און מארגן קריגט ער זיך שוין מיט ביידע פארטייען. אויסער דעם, וועם לייגט מען יא אדער נישט אריין אין א געוויסן קאטעגאריע? צום ביישפיל, 'בעלזער חסידים' מיינט מען די אמאליגע בעלזער חסידים פונדערהיים? אדער איינער וואס גייט היינט מיט דער בעלזער לבוש? אדער אפשר אזעלכע וואס לערנען אין בעלזע מוסדות? און אפשר וועט מען אזוי אנצייכענען יעדע רב וואס האט זיך אמאל אנגענומען פאר א בעלזע אגענדע אדער איעדער וואס האט אמאל געגעבן פאר זיי א נדבה? דאס זעלבע איז מיט 'סקווערע חסידים' און דאס גלייכן.


דאס ברענגט נאר אהער א פארטייאישע אטמאספערע מיט א פלאטפארמע זיך ארומצואמפערן איבער וויאזוי יעדעם צו קאטעגארעזירן. מען דארף אויסמעקן אלע אזעלכע קאטעגאריעס. (עולםגולם (רעדן) 14:30, 16 מערץ 2016 (UTC))ענטפֿער


פארקערט, אלע קאטעגאריעס זענען ״פארטייאיש״ אבער מען ניצט די קאטעגאריעס צו טרעפן אין איין ארט אלע ארטיקלען וועגן א געוויסער טעמע אדער וועגן א געוויסער גרופע פון מענטשן אא״וו. אזוי איז דער שטייגער אויך אין אנדערע וויקיפעדיעס!
וועמען זאל מען אריינלייגן אין דער קאטעגאריע? נישט אנדערשט פון אלע קאטעגאריעס, לויט אזוי וואס ווערט געשריבן אין ארטיקל. --פוילישער 15:28, 21 מערץ 2016 (UTC)ענטפֿער
איר זענט גערעכט, דער קאטעגאריע אליינס איז טאקע נישט קיין פראבלעם, און טאמער איז אינעם ארטיקל קלאר און קראנט אויפגעוויזן אז יענער איז א "חסיד" פון א געוויסן "חסידות", דאן קען מען אים טאקע אזוי קאטעגאריזירן. למעשה אבער, זענען אסאך פון די ארטיקלען נישט קלאר אויפגעוויזן אז זיי באלאנגען אין דעם קאטעגאריע. און אפילו טאמער עס ווערט יא דערמאנט אינעם ארטיקל א שייכות צו א געוויסן חסידות, איז עס אבער פיל מאל א קאנטרעוואסיאלע טעמע און עס איז בכלל נישט מעגליך פעסטצושטעלן מיט קראנטע מקורות. צום ביישפיל משה וואלפסאן (און אזוי אויך משה חיים אפרים פאדווא א.א.וו.) איז לויט מיין מיינונג היינט צוטאגס בכלל נישט קיין "סקווערע חסיד" און טאמער האלט איינער אז ער איז יא היינט א סקווערע חסיד, זאל ער עס צוערשט פעסטשטעלן אינעם ארטיקל. דאס זעלבע האט יענער געוואלט טון מיט יוחנן סופר, און כ'האב טאקע הנאה געהאט אז איר האט זיך נישט געלאזט פון אים. גראדע האט מיר בעיקר געבאדערט "סקווערע חסידים" (די אנדערע זענען מער ווייניגער באלאנסירט), עס טראגט דעם איינדרוק אז עפעס א סקווערע חסיד זיכט בלויז צו אנווייזן דערמיט ווי "גרויס" סקווירא איז און ווער עס טוט זיי אינדארסירן. דאס איז אמאל זיכער אז וויקיפעדיע איז נישט דער פלאץ פאר פראפאגאנדע.
מען קען לאזן די קאטעגאריעס, אבער עס דארף שטרענג אינפארסירט ווערן צו קאטעגאריזירן בלויז עפעס וואס איז פעסטגעשטעלט אינעם ארטיקל מיט א קראנטע מקור.(עולםגולם (רעדן) 17:48, 21 מערץ 2016 (UTC))ענטפֿער
כ׳בין מסכים אז מען דארף גוט קאנטראלירן וועלכע קאטעגאריעס מען לייגט אן ארטיקל אין זיי. --פוילישער 13:51, 23 מערץ 2016 (UTC)ענטפֿער
צוריק צו "חסידים" בלאט.