עסציטאלאפראם

(אַריבערגעפֿירט פון ציפראלעקס)

עסציטאַלאפּראַם (מיט האנדל־נעמען לעקסאַפּראָ און ציפּראַלעקס) איז אן אנטידעפּרעמירן מעדיצין, וואָס ווערט געניצט הײַנטיקע טעג. עסצילאַטאפּראַם איז נישט פאררעכנט אלס א הארבע נערוון פּיל, נאָר א מעדיצין, וואָס ווערט הײַנט גענוצט דורך א ריזן פּראָצענט פונעם געהעריקן פּובליקום, גרויסע פירער און וואָס האָבן פיל דרוק, א סך וואָס גייען אדורך א טראוומע, ווערן געשטיצט עס צו נעמען. מ'זאָגט אן ערנסט ווערטל, אז בקרוב וועט זײַן אויסגעשטעלט, אזויווי א פובליקער טעלעפאן אָדער א סאדע מאשין, אויכעט א קעסטל וווּ מ'וועט קענען קויפן לעקסאַפּרא, אז ס'זאָל זײַן צו באקומען צוליב דעם פולן פארלאנג.

עסציטאַלאפּראַם איז דערפונדן געוואָרן אין די לעצטע יאָרצענדליקער, און האָט ממש אויפגעטון א וועלט אינעם גײַסטיק געזונטן פעלד, אזוינס וואָס איז גאָר הויך געשאצט.

דאָס פּראָצעדור דערפון איז פון אָנהייב נישט לײַכט, ווײַל עס שלאָגט זיך מיט די דעפּרעסיע געפילן, און עס איז נישט ראטזאם צו געבן פאר יוגנטליכע אונטער א באזעצענעם עלטער, ווײַל עס קען ברענגען געפילן פון זעלבסטמאָרד, אָבער פון העכער צוואנציק איז דאָס שוין יאָ געבליך. דאָס קורצטע טערמין איז זעקס חדשים, די לענגסטע - ס'דאָ וואָס זענען דערויף יאָרן. ווען נאָך צוויי וואָכן דערויף ווערט מען צוגעוווינט און עס מאכט דעם מענטש ממש איבער.

דער מענטש קען אָנהייבן קלערן נארמאַל, לעבן נארמאַל, אָנהייבן א נײַ פריילעך לעבן, און בעיקר פונקציאָנירן הונדערט פּראָצענט נארמאַל, און גאָר שטײַגן אינעם לעבן ציל הויכע שטיפעס.

עס מאכט זיך, לויט די אויספאָרשונגען, א מעגלעכקייט פון עצירות ווען מען נעמט עסצילאַטאפּראַם.

פאָלגנד איז א טיילווײַזע ליסטע פון רעגולערע מענטשן וואָס באנוצן זיך דערמיט

  • פי. פי. די.
  • עי. בי. די. פעלוויס, ווייטאגן

אויך איז דאָ די מעדיצין קלאָנאַזעפּאַם, וואָס גייט צוזאמען אָבער פאר א גאָר וויכטיקע קורצע טערמין.

אויך איז פאראנען אן אנדערע מעדיצין אזויווי לעקסאפּראָ, וואָס הייסט עפעקסאָר XR וואָס איז פאר דאגה, פחד און אָפּגעשלאָגענע מוט.