דער צאנזער קשר איז א סארט קניפּ פון תפילין של ראש, געמאכט פון צוויי דל"ת'ס, און זעט אויס ווי א שלאס מ"ם. אנדערש פון א קשר דל"ת מיט א צורה פון איין דל"ת, אדער קשר מרובע מיט א צורה פון א קוואדראט.

עס איז דא א מקור אין זוהר הקדוש אז די קניפ פון תפילין של ראש דארף צו האבן צוויי דל"ת'ס.

דער סיסטעם פון אויפבויען דעם קשר איז ערפינדן געווארן דורך רבי נתן אדלער וואס האט זיך אסאך מטריח געווען דאס צו ערפונדן. נאך וואס זענען געגאנגען מיט דעם קשר איז זיין תלמיד דער חתם סופר, און דער צאנזער רב בעל דברי חיים און זיינע קינדער נאך אים. היינט איז דער קשר אנגעפירט אין דער צאנז קלויזנבורגער קהילה.

דער צאנזער רב האט זיך זייער אנגעשטרענגט וועגן דעם קשר און געשיקט אן עקסטרער שליח קיין פרעשבורג כדי צו לערנען ווי צו מאכן דעם קשר.

דער קשר אין שינאווא

רעדאַקטירן

דער צאנזער רב'ס עלסטער זון רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם דער שינאווער רב האט מקפיד געווען נישט צו גיין מיט דעם קשר, זאגנדיג אז כדי צו מאכן דעם קניפ דארף מען צו זיין א גרויסער מומחה און ווען עס וועט נישט גענוי פאסטן אויפן קאפ וועט זיין א שטיקל פראבלעם עס צו ארדענען.

דער קשר אין צאנז קלויזנבורג

רעדאַקטירן

אין דער צאנז קלויזנבורגער געמיינדע איז דער קשר זייער שטארק איינגעפירט, און ווען מען האט געפרעגט דעם צאנז קלויזנבורגער רבי'ן צי צאנזער קשר איז ליחודי סגולה אדער אויך פאר פשוט'ע מענטשן, און צי מען מעג טוישן פון דעם טאטע'נס פירונג און מאכן דעם קשר, האט ער געענטפערט אז אויף אנדערע קשרים קען מען מפקפק זיין אבער דעם קשר איז גוט לכו"ע. דאך אבער מען זאל נישט טוישן אויב מען איז נישט בקיא אין דעם קשר, ווייל ווען עס וועט נישט זיין גוט אויפן קאפ זאל מען דאס קענען קלענער אדער גרעסער מאכן.