פריינט (סעריע)
פריינט (ענגליש "Friends") איז אן אמעריקאנישע טעלעוויזיע סעריע וואס איז ערשטנס טראנסמיטירט געווען אויף NBC צווישן די יארן 1994 און 2004. זי איז איינע פון די מערסט באוואוסטע טעלעוויזיע סעריעס, און האט קאנדידירט פאר 63 "עמי אויסצייכענונגען".
די סעריע איז געווען באזירט אויף סיטואציע קאמעדיע, ווי זעקס פריינט וואס וואוינען אין מאנהעטן ניו יארק וואוינען צוזאמען, וואס יעדער האט זיין פעקל מיט צרות. די פראדוצירער פון די סעריע ווערנער ברודער, פלעגט עס אויפשפילן ביים פילמען די קאפיטלעך, פאר ביישויער וואס זענן געווען אנוועזנד אין זאל, אין קאליפארניע. אויפן טעלעוויזיע איז "פריינט" געווען טראנסמיטירט, יעדע דאנערשטיק נאכט.
"דזשעניפער עניסטאן", האט געשפילט די כאראקטער פון "ריטשל גרין", זי איז פארטון אין די מאדע, האט געארבעט אין פארשידענע ערטער און געבוירן א קינד אין די 10 פעריאדן פון די פילם.
"קארטני קוקס" שפילט די כאראקטער פון "מאניקע געלער", זי איז די "מאמע" פון די גרופע, וואס איז איר ארבעט איז דורכאויס די סעריע, א שעף (קעכערין} אין פארשידענע רעסטאָראַנטן.
"ליסע קאדרא" שפילט אין די סעריע, די כאראקטער פון "פיבי באפע", איר פאך איז איינע וואס מאכט מאסאזשן פאר מענטשן, און איז א מוזיקאלישע. איר אויפפירעכץ איז גאר א מאדנער, נעסטי און טאף, און זי שוועבט אין אנדערע ספערן.
"מאט לע בלענק" שפילט די כאראקטער פון "דזשואי טריביאני", אן אקטיאר, און איינער וואס ווערט משוגע פאר עסן. ער ווערט באוואוסט נאכן שפילן אין אפערע, ער לויפט נאך "קליידער", און ער האט עטליכע פריינדינס דורכאויס די פעריאדן, אין איינע פון זיי ווערט ער פארליבט אין "ריטשל".
"מעטהיו פעררי" שפילט אלס "טשענדלער מעיאריעל בינג", וואס זיין ארבעט איז א סטאטיסטיקער, און אינפארמאציע אפשאצונג. ער ציהט זיך קיין טאלסא, אקלעהאמא צוליב זיין ארבעט און דאן פארלאזט ער זיין ארבעט אין ניינטע פעריאד. ער האט געארבעט אלס א געדאנק אויפקומער (קאפירייטער) אין א רעקלאמע געשעפט, ער איז דער קאמיקער, וואס מאכט בייסיגע און סארקאסטישע וויצן אויף די אנדערע.
דייוויד שווימער שפילט אלס "ראס געלער", איז א פארשער פון די שטיין עפאכע, און ארבעט אין א מוזיי, פאר פרע-היסטארישע היסטאריע, שפעטער אלס לעקטאר אין ניו יארק אוניווערסיטעט, פאר שטיין עפאכע. דורכאויס די סעריע, האט ער דריי מאל געהייראט פרויען, וואס האבן זיך אלעמאל געענדיגט שלעכט, און דעריבער ווערט ער צו שפאט ביי זיינע פריינט, און טיילמאל לאכט ער זיך אליינס אפ. ער האט אויך באציאונגען מיט ריטשל, וואס זי האט א קינד פון אים. ער איז אויך דער ברודער פון מאניקע אין די סעריע.