פרידיש איז א ווערטלדיגע קיבעץ שפראך וואו עס ווערט בכוונה פארדרייט ענליכע ווערטער, אסאך מיט א חוזק אדער ביטול אויסדרוק, כדי ארויסצוברענגען אויף א געלעכטער א געוויסע נקודה.

דער נאמען איז געגעבן געווארן נאכן ניק פרישער אין קאווע שטיבל וועלכער האט זיך אויסגעצייכנט אין באשאפן זאצן אויפן פרידישן שניט.

עס ווערט בעיקר באנוצט אינעם אויבנדערמאנטן וועבזייטל, אבער ס'האט זיך שוין פארשפרייט אויפן אלגעמיינעם נעץ.

ס'איז כדאי צו באמערקן, אז כדי צו פארשטיין די שפראך ברויך מען געווענליך קענען די ארגינעלע ווארט אדער זאץ וואס מען האט געטוישט אויף פרידיש.

עטליכע ביישפילן

רעדאַקטירן
  • טב למיתב טאנצי (ארגינעל טן-דו, גמ' קידושין)
  • גירסא דיאנקעלע (דינקותא)
  • להגדיל הפראסק (הטראסק, אמעריקאנער חסידישע אויסדרוק)
  • ער איז א פלאנץ יאזעף (ע"ש דער קעניג פון עסטרייך-אונגארן: פראנץ יאזעף)
  • דברים של מה בקאק (ארגינעל: מה בכך. ד.מ. פוסטע זאכן)

וועבלינקען

רעדאַקטירן

פאר מער ארטיקלען פון פרישער זעי די פאלגענדע בלאג Http://www.frishe.blogspot.com